צען ייִדישע שטערן פֿון טשעכײַ

Ten Points of the Czech Jewish Star

די רעסטאַוורירטע שיל אינעם טשעכישן שטעטל בראַנדיס נאַם לאַבעם־סטאַראַ באָלעסלאַוו (בראַנדײַס אויף דער עלבע)
Ruth Ellen Gruber
די רעסטאַוורירטע שיל אינעם טשעכישן שטעטל בראַנדיס נאַם לאַבעם־סטאַראַ באָלעסלאַוו (בראַנדײַס אויף דער עלבע)

פֿון רות עלען גרובער (Forward)

Published August 12, 2014, issue of August 29, 2014.

נאָכן חורבן, זענען אין נאָוואַ צערעקעוו, אַ קליינע שטאָט 80 מײַל אויף דרום־מיזרח פֿון פּראָג, נישט געבליבן קיין ייִדן. ווען מע פֿאָרט אַרײַן אין דער דאָזיקער שטאָט, וואַרפֿט זיך אין די אויגן די מאַיעסטעטישע אַלטע שיל — אַ ראָזעווער בנין מיט פּרעכטיקער אַרקע־פֿענצטער, אַ שפּיציקן דאַך און צוויי טורעמס, וואָס שטאַרצן אַרויס איבערן שטאָטישן פּייזאַזש. אינעווייניק, ברענען לײַכטערס איבער די פּרעכטיקע גאַלעריעס.

הגם די שיל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין די 1850ער יאָרן, זעט זי אויס שפּאָלג־נײַ. דער סוד באַשטייט אין דעם, וואָס נאָך צענדליקער יאָר הפֿקר האָט מען זי לעצטנס אינגאַנצן רעסטאַוורירט. אינעם איצטיקן זומער האָט דער בנין זיך געעפֿנט פֿון ס׳נײַ, ווי אַ טייל פֿונעם אַמביציעזן פּראָיעקט מיט נאָמען „די צען שטערן פֿון טשעכײַ‟.

די פֿעדעראַציע פֿון טשעכישע ייִדישע קהילות האָט באַקומען בערך 14 מיליאָן דאָלאַר סובסידיעס פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, ווי אויך פֿונעם טשעכישן קולטור־מיניסטעריום, צו רעמאָנטירן צען היסטאָרישע שילן און אַנדערע ייִדישע בנינים אַרום דעם לאַנד. אין יעדן בנין האָט זיך איצט געעפֿנט אַן אויסשטעלונג, וואָס פֿאָקוסירט זיך אויף אַ געוויסן ספּעציפֿישן אַספּעקט פֿון דער ייִדישער געשיכטע, קולטור, רעליגיעזן לעבן אָדער טראַדיציע.

אין עטלעכע ערטער האָט מען אויך געעפֿנט זאַלן פֿאַר קאָנצערטן און קולטורעלע אונטערנעמונגען. עטלעכע רעסטאַוורירטע בנינים שטייען לעבן אוראַלטע ייִדישע בית־עולמס און אַפֿילו אַ פּאָר מיקוואָות.

טאָמאַס קראַוס, דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער פֿעדעראַציע, צו וועלכער עס געהערן די בנינים, האָט דערקלערט, אַז מע האָט באַשלאָסן צו רעסטאַוורירן באַזונדערס היסטאָריש וויכטיקע ערטער. בסך־הכּל, האָט זיך באַקומען אַ „קאָנסטעלאַציע‟ פֿון ייִדישע צענטערס — אַ מין פֿילפֿאַכיקער ייִדישער מוזיי, פֿאַרשפּרייט איבערן גאַנצן לאַנד. אַ טוריסט, וואָס באַזוכט איינעם פֿון די בנינים, וועט געווויר ווערן, אַז אין טשעכײַ זענען פֿאַראַן נאָך נײַן ייִדישע אַרכיטעקטור־דענקמעלער, וואָס מע קאָן באַזוכן, ווען מע פֿאָרט אַרום איבער אַנדערע שטעט און דערפֿלעך. ס׳רובֿ פֿון זיי געפֿינען זיך אין קליינע שטעטלעך, ווײַט פֿון די געוויינטלעכע טוריסטישע מאַרשרוטן.

במשך פֿון פֿיר טעג, אין יולי, אַרומפֿאָרנדיק מיט אַן אויטאָ, האָט זיך מיר אײַנגעגעבן זיך צו באַקענען מיט זיבן פֿון די צען „שטערן‟. די שילן, וואָס שטאַמען פֿונעם 16טן־19טן יאָרהונדערט, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם פּראָיעקט געפּרוּווט צו באַנײַען אויף אַזאַ אופֿן, אַז זיי זאָלן אויסזען ווי גלײַך פֿאַרן חורבן. אויפֿן סמך פֿון אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס, האָבן די רעסטאַווראַטאָרן דורכגעפֿירט אַ גאַנצע פֿאָרשונג און באַשטעטיקט, ווי אַזוי עס האָט אויסגעזען דער אַמאָליקער אָרון־קודש און וואָס פֿאַר אַ באַצירונגען און אָרנאַמענטן זענען געווען אויף די ווענט.

אין עטלעכע פֿאַלן האָט מען אַפֿילו געמוזט אָפּשאַפֿן די רעזולטאַטן פֿון די פֿריִערדיקע רעסטאַווראַציעס. למשל, אין מיקולאָוו, באַקאַנט בײַ ייִדן ווי ניקלשבורג, האָט מען אין די 1970־1980ער יאָרן אָפּרעמאָנטירט דעם אַלטן שיל־בנין. בעתן רעמאָנט האָט מען אָבער צעשטערט אַ סך היסטאָרישע באַצירונגען; הײַנט האָט מען זיי געשאַפֿן פֿון ס׳נײַ.

יעדעס אויסגעקליבן אָרט איז פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסן וויכטיקן קאַפּיטל פֿונעם ייִדישן לעבן אין טשעכײַ. למשל, ניקלשבורג איז באַקאַנט ווי אַ גרויסער רבנישער צענטער; ייִטשין, וואָס אויף ייִדיש הייסט טיטשין, איז דאָס געבורט־אָרט פֿונעם ייִדישן שרײַבער און ליטעראַטור־קריטיקער קאַרל קראַוס. דערפֿאַר האָט מען אין דער דאָרטיקער שיל געעפֿנט אַן אויסשטעלונג וועגן די ייִדישע שרײַבער. פּאָלנאַ — פּאָלן אויף ייִדיש — איז טרויעריק באַקאַנט ווי אַן אָרט, וווּ אין די יאָרן 1899 און 1900 איז אַ ייִד מיטן נאָמען לעאָפּאָלד הילסנער באַשולדיקט געוואָרן אין אַ בלוט־בילבול. די נײַ־געעפֿנטע אויסשטעלונג אין דער דאָזיקער שטאָט איז געווידמעט דער טעמע פֿון אַנטיסעמיטיזם.

דאָס איינציקע אָרט צווישן די צען רעסטאַוורירטע „שטערן‟, וווּ ס׳איז נאָך פֿאַראַן אַן אַקטיווע ייִדישע קהילה, איז פּיזען (פּילזן). די נײַע אויסשטעלונג געפֿינט זיך נישט אין דער גרויסער אָרטיקער שיל — די צווייט־גרעסטע אין אייראָפּע און אַ באַרימטע שטאָטישע מערקווירדיקייט — נאָר אין דער קליינער אַלטער שיל, וועלכע איז במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט געווען פֿאַרלאָזט.

ס׳איז כּדאַי אָבער צוגעגעבן, אַז נישט געקוקט אויף דעם גרויסן אויפֿטו פֿונעם פּראָיעקט, איז נישט אַלץ אין דער נײַער מוזייען־נעץ אַזוי פֿויגלדיק. אין אַ טייל ערטער פֿעלט די נייטיקע אינפֿאָרמאַציע, אָדער די צייכנס זענען אומקלאָר. דער גרעסטער חסרון פֿאַר די אויסלענדישע טוריסטן באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס דערווײַל זענען די אויסשטעלונג־פּאַנעלן נישט באַגלייט מיט הסברים אויף ענגליש. דערצו, האָט די רעגירונג אויסגעגעבן די סובסידיעס בתּנאַי, אַז די רעסטאַוורירטע בנינים וועלן נישט אויסגענוצט ווערן פֿאַר קאָמערציעלע צוועקן; דאָס מיינט, אַז מע טאָר נישט עפֿענען דאָרטן אַ קאַפֿעטעריע אָדער צו פֿאַרקויפֿן סוּווענירן.