חיפֿה איז קעגן ראַסיזם און גוואַלד

Haifa Against Racism and Violence

מענטשן זאַמלען זיך צונויף אין דעם „לעאָ בעק‟־שול אין חיפֿה
Adi Mahalel
מענטשן זאַמלען זיך צונויף אין דעם „לעאָ בעק‟־שול אין חיפֿה

פֿון עדי מהלאל

Published August 13, 2014, issue of August 29, 2014.
דער פּלאַקאַט פֿון רונה קיננס פּלאַנירטער אויפֿטרעטונג, וואָס איז לסוף אָפּגעשאַפֿן געוואָרן
Adi Mahalel
דער פּלאַקאַט פֿון רונה קיננס פּלאַנירטער אויפֿטרעטונג, וואָס איז לסוף אָפּגעשאַפֿן געוואָרן

ווי ס‘איז שוין נישט ווייניק פּובליקירט געוואָרן אין דער פּרעסע וועגן דעם, אַז עס הערשט לעצטנס אין ישׂראל אַ ממשותדיקע בייזע כוואַליע, בשעת עס ווערט אַרויסגעבראַכט אַ קריטיש וואָרט קעגן דער מלחמה — ביז ווירטועלע און פֿיזישע אַקטן פֿון געוואַלד. די אַנטי-מלחמה־דעמאָנסטראַציעס ווערן אַטאַקירט דורך אויפֿגעהעצטע כוליגאַנען, וואָס שרײַען: „טויט צו די אַראַבער!‟ און „טויט צו די לינקע!‟

אַזוי איז געשען אין דער כּלומרשטער ליבעראַלער שטאָט תּל-אָבֿיבֿ און אַפֿילו אין דער שטאָט חיפֿה, וואָס שטאָלצירט פֿון תּמיד אָן מיט אירע וווּנדערלעכע באַציִונגען צווישן ייִדן און אַראַבער, ממש אַ מאָדעל פֿון קאָעקזיסטענץ. בעת אַ פּראָטעסט אין חיפֿה קעגן דער מלחמה, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 19טן יולי, האָבן די כוליגאַנען געוואָרפֿן שטיינער און פֿלעשער אויף די פּראָ-שלום־דעמאָנסטראַנטן, און זיי פֿיזיש אַטאַקירט מיט פּעטש. גרופּעס פֿון כּהניסטן און אַנדערע טעראָריסטישע גרופּעס, האָבן נאָך דער דעמאָנסטראַציע געשטורעמט איבער די גאַסן, זוכנדיק, בעיקר, אַראַבער זיי אָנצוגרײַפֿן. איינער פֿון זייערע קרבנות איז געווען דער חיפֿהער וויצע-מייאָר סוהיל אַסאַד, וואָס האָט געכאַפּט קלעפּ פֿון די צעיושעוועטע כוליגאַנען, ביז ער איז על-פּי-נס ניצול געוואָרן דורך אַ צופֿעליקן דורכגייער.

די זינגערין מיטן נאָמען רונה קינן, וואָס האָט געדאַרפֿט אויפֿטרעטן אין חיפֿה, האָט אָפּגעשאַפֿן אירע קאָנצערטן צוליב די דראָונגען קעגן איר מצד די רעכטע „פֿייסבוק‟-אַקטיוויסטן. מע האָט זי פֿאַלש באַשלודיקט אין „אונטערשטיצן טעראָר‟.

די און אויך אַנדערע אינצידענטן האָבן אַרויסגערופֿן אַ טיפֿע זאָרג צווישן אַ סך חיפֿהער, וואָס האָבן זיך פּלוצעם געשטעלט אַנטקעגן דער קאָשמאַרער רעאַליטעט, ווען די בדרך-כּלל גוטע באַציִונגען צווישן ייִדן און אַראַבער אין שטאָט געפֿינען זיך איצט אין אַ גרויסער סכּנה. האָבן אַ פּאָר קהילה-אַקטיוויסטן, סײַ ייִדן, סײַ אַראַבער, דעם 7טן אויגוסט, אָרגאַניזירט אין דער „לעאָ בעק‟־שול אַ בשותּפֿותדיקע אונטערנעמונג מיטן טיטל „כּנס חירום יהודי-ערבֿי: חיפֿה נגד גזענות ואַלימות‟ („אַ ייִדן-אַראַבישער דרינגלעכער צוזאַמענפֿאָר: חיפֿה קעגן ראַסיזם און געוואַלד‟). איך, און נאָך אַרום 200 הונדערט באַטייליקטע, זענען בײַגעווען אויף דער דאָזיקער געראָטענער אונטערנעמונג. נאָך אַ פּאָר רעדעס פֿון פֿאַרשידענע פּאַרשוינען, זענען מיר צעטיילט געוואָרן אויף גרופּעס לויט געוויסע טעמעס. אַרום רונדע טישן האָבן מיר אַרומגערעדט די ברענענדיקע טעמעס פֿון דעם סדר-היום, באַטראַכטן תּכליתדיק ווי אַזוי צו פּראָטעזשירן און צו פֿאַרשטאַרקן דאָס ייִדן-אַראַבישע צוזאַמענלעבן.

איך האָב זיך באַטייליקט אין דער פֿינפֿטער גרופּע, „ווי אַזוי שאַפֿן זיך קאָנפֿליקטן‟, אָנגעפֿירט דורך שהיראַ שאַלבי. צווישן אונדז איז אויך געזעסן איינער אַ סאַטמאַרער, רבֿ אליהו קאַופֿמאַן, וואָס איז מיר געווען אַ ביסל באַקאַנט, אַ דאַנק זײַן שרײַבעכץ. ער האָט מיר אויף ייִדיש דערציילט וועגן דער גרויסער צאָל חרדישע און לינקע פּאָרטאַלן, וווּ מע קען לייענען זײַנע שאַרפֿע אַרטיקלען. עס אַרט אים, אַז ס’רובֿ חרדים זענען גאָר רעכט-געשטימט אין ישׂראל.

צוויי באַטייליקטע האָבן זיך אידענטיפֿיצירט ווי רעכט-געשטימט: איינער איז נאָר וואָס צוריק פֿונעם רעזערוו-דינסט אין עזה, און דער צווייטער איז טעטיק אין דער רעכטער גרופּע „אם תּרצו‟. ס‘איז געווען אינטערעסאַנט זיי צו הערן, און בעיקר, אָפּצושאַצן זייער באַשלוס אָנצוקומען בכלל, וויסנדיק פֿון פֿריִער, אַז מיט זייערע קוקווינקלען וועלן זיי געפֿינען ווייניק אָנהענגער אויף אַזאַ מין אונטערנעמונג.

אין סך-הכּל איז, לויט מײַן מיינונג, דער אָוונט געווען אַ קליינער ליכטקוואַל אין אַן אַלגעמיינער שווערער צײַט.