ישׂראלדיקע אויספֿאָרשונג פֿון דער מלחמה

Israeli State Comptroller to Investigate Gaza Conflict

יוסף שאַפּירא, דער ישׂראלדיקער מלוכישער אינספּעקטאָר
יוסף שאַפּירא, דער ישׂראלדיקער מלוכישער אינספּעקטאָר

פֿון ייִט״אַ

Published August 14, 2014, issue of August 29, 2014.

מיטוואָך, דעם 13טן אויגוסט, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג איבערגעגעבן, אַז דער מלוכישער אינספּעקטאָר, דער פּענסיאָנירטער ריכטער יוסף שאַפּירא, וועט דורכפֿירן אַן אויספֿאָרשונג פֿון די מיליטערישע אַקציעס און באַשלוסן, וועלכע צה״ל האָט אָנגעמונען בעת דעם אַנומלטיקן קאָנפֿליקט מיט „כאַמאַס‟ אין עזה.

די פּאַלעסטינער מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציעס האָבן באַשולדיקט די ישׂראלדיקע אַרמיי אין מלחמה־פֿאַרברעכערס און באַטאָנט, אַז מער ווי 80 פּראָצענט פֿון די 1,900 פּאַלעסטינער, וואָס זענען אומגעקומען בעת דעם קאָנפֿליקט, זענען געווען ציווילע לײַט. לויט די ישׂראלדיקע חשבונות, איז אָבער דער פּראָצענט ציווילע קרבנות אַ סך קלענער. די קריטיקער האָבן געטענהט, אַז בעת דער לעצטער מלחמה האָט ישׂראל געבראָכן די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן, לויט וועלכע די רעגירונג מוז קאָנטראָלירן די אַקציעס פֿונעם מיליטער.

צוליב דעם, האָט שאַפּירא באַשלאָסן אויסצופֿאָרשן דעם ענין, כּדי צו באַשטימען, צי די פּאָליטישע און מיליטערישע באַשלוסן בעת דער מלחמה קומען טאַקע אין סתּירה מיט די אינטערנאַציאָנאַלע נאָרמעס. די צײַטונג „האָרץ‟ האָט איבערגעגעבן, אַז די אינספּעקציע וועט אַרומנעמען די מלוכישע אינסטאַנצן און די מעכאַניזמען פֿון דער מיליטערישער סיסטעם.

מאָנטיק, דעם 11טן אויגוסט, האָט די „יו־ען‟ אויסגעקליבן דעם קאַנאַדישן יוריספּרודענץ־פּראָפֿעסאָר וויליאַם שבת אָנצופֿירן מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער אויספֿאָרשונג פֿונעם קאָנפֿליקט. שבת איז איינער פֿון די דירעקטאָרן פֿונעם פּרעסטיזשפֿולן ישׂראלדיקן אַקאַדעמישן יוריספּרודענץ־זשורנאַל Israel Law Review, וואָס גייט אַרויס אויף ענגליש און פֿאַרנעמט זיך מיטן אַנאַליז פֿון געזעץ־פֿראַגעס.

דער זעלבער פּראָפֿעסאָר האָט פֿריִער גערופֿן בנימין נתניהו, דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער, מסכּים צו זײַן געמישפּט צו ווערן אינעם אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט אין האַאַג. לעצטנס, האָט שבת אָבער דערקלערט, אַז אין זײַן אויספֿאָרשונג וועט ער נעמען אין באַטראַכט אַלע מיינונגען. געוויסע קריטיקער באַשולדיקן אים אין אַנטי־ישׂראלדיקע שטימונגען; אין אַ שמועס מיטן קאַנאַדישן טעלעוויזיע־קאַנאַל CBC, האָט דער פּראָפֿעסאָר באַטאָנט, אַז אַזאַ טענה איז פֿאַלש און אַבסורדיש.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.