די ייִדישע משפּחה אַמאָל, הײַנט און מאָרגן

The Jewish Family - Past, Present, and Future

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published August 14, 2014, issue of August 29, 2014.

דאָס בוך „ייִדישע משפּחה‟ פֿון יונתן באָיאַרין
דאָס בוך „ייִדישע משפּחה‟ פֿון יונתן באָיאַרין

װאָס איז אַזױנס די „ייִדישע משפּחה‟? איז זי אַנדערש פֿון משפּחות בײַ די אומות־העולם? און װי שטאַרק האָט זיך די דאָזיקע אינסטיטוציע געענדערט מיט דער צײַט? אָט די דאָזיקע פֿראַגעס װערן באַרירט אינעם אינטערעסאַנטן נײַעם בוך פֿון פּראָפֿעסאָר יונתן באָיאַרין, װאָס איז אַרױס אין דער סעריע „שליסל־װערטער אין ייִדישע לימודים‟. דער ציל פֿון דער דאָזיקער סעריע איז צו באַקענען דעם ברײטן לײענערישן עולם מיט די הײַנטיקע פֿאָרשונגען אױף פֿאַרשידענע געביטן פֿון ייִדישער געשיכטע, רעליגיע, ליטעראַטור, פֿילאָסאָפֿיע, אַנטראָפּאָלאָגיע.

די געשיכטע פֿון דער ייִדישער משפּחה הײבט זיך אָן אינעם ספֿר בראשית. עס איז מערקװירדיק, באַמערקט באָיאַרין, אַז ס‘רובֿ מעשׂיות אינעם תּנ״ך דערצײלן װעגן אַ קאַמף קעגן די טראַדיציאָנעלע מינהגים פֿון דער פּאַטריאַרכאַלער געזעלשאַפֿט, װוּ דער עלטערער ברודער האָט געירשנט די בכורה; װי אױך װעגן די קאָנפֿליקטן צװישן די ברידער. און דאָך, בלײַבט די טעמע פֿון קרובֿהשאַפֿט עיקרדיק פֿאַר אַלע ביכער פֿון תּנ״ך. דװקא אינעם דאָזיקן ענין שטעקט דער װיכטיקסטער חילוק צװישן ייִדנטום און קריסטנטום. פֿון סאַמע אָנהײב אָן האָבן די גרינדער פֿון קריסטנטום, װי דער אַפּאָסטאָל פּאַול, באַטאָנט, אַז די קריסטלעכע קהילה איז אַ נײַער „גײַסטלעכער ישׂראל‟, להיפּוך צו דעם אַלטן „ישׂראל פֿון בשׂר־ודם‟.

אָבער דאָס הײסט ניט, אַז דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק שטאַמט דירעקט פֿון די אָבֿות־אָבֿותינו, און אַז די ייִדישע משפּחות אין אַלע דורות זײַנען געװען פֿאַרמאַכט פֿאַר פֿרעמדע. למשל, די גרױסע און פֿאַרמעגלעכע ספֿרדישע משפּחות, װאָס האָבן געהאַנדלט איבערן מיטלענדישן ים און אינדיע, פֿלעגן נעמען פֿרױען פֿון אַנדערע פֿעלקער און זײ מגייר זײַן. אין מיטל־אַלטער זײַנען פֿרױען געװען אַ מין סחורה, װאָס זייער װערט איז געװען אָפּהענגיק פֿונעם ייִחוס און נדן. די פֿעמיניסטישע פֿאָרשער האַלטן, אַז דװקא אַזאַ מין פֿרױען־האַנדל ליגט אינעם יסוד פֿון דער טראַדיציאָנעלער קרובֿהשאַפֿט־סיסטעם סײַ בײַ ייִדן, סײַ בײַ קריסטן, און סײַ בײַ די מוסולמענער. די הײַנטיקע פֿאָרשונגען אַנטפּלעקן, אַז װאָס שײַך משפּחה־לעבן, זײַנען די ייִדן ניט געװען אַנדערש פֿון זײערע שכנים, הגם קײן סך קאָנטאַקטן צװישן בײדע װעלטן זײַנען ניט געװען. פֿון דעם נעמט זיך דער באַגריף פֿונעם ייִדישן פֿאָלק װי אַ גרױסע אײנהײַטלעכע משפּחה.

אין משך פֿון כּמעט צװײ טױזנט יאָר האָבן די געדיכטע נעצװערק פֿון משפּחות און קרובֿהשאַפֿט געדינט װי אַ יסוד פֿון דעם ייִדישן גלות־לעבן. אָבער די מאָדערנע צײַטן האָבן אַרײַנגעבראַכט אַ סך שינויים אין דער אינסטיטוציע פֿון דער ייִדישע משפּחה. קודם־כּל, האָט זיך געביטן דער באַגריף אַליין פֿון זיװג. איצט באַשטימט ליבע דעם אױסקלײַב פֿונעם קומענדיקן מאַן אָדער װײַב. אַפֿילו צװישן די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן שפּילט דער שידוך ניט קײן גרױסע ראָלע, און דאָס רײַסט אונטער די יסודות פֿון דער דאָזיקער קהילה אין אַמעריקע. די װײַטערע װיכטיקע פֿאַקטאָרן, װאָס האָבן גורם געװען שטאַרקע ענדערונגען אינעם ייִדישן משפּחה־לעבן, זײַנען די מאַסן־מיגראַציע און דער חורבן, װאָס האָבן צעשטערט די אַלטע טראַדיציאָנעלע פֿאַרבינדונגען צװישן משפּחות און קרובֿים.