די קינדער־וועלט פֿון ייִדישע שרײַבער

Stiffening Missile Sales to Israel

די אויסשטעלונג וועגן קינדער־ליטעראַטור אין דער ניו־יאָרקער ביבליאָטעק
Jonathan Blanc/NYPL
די אויסשטעלונג וועגן קינדער־ליטעראַטור אין דער ניו־יאָרקער ביבליאָטעק

פֿון אָסטין ראַטנער (Forward)

Published August 17, 2014, issue of September 12, 2014.

לענאַרד מאַרקוס, דער קוראַטאָר פֿון דער נײַער אויסשטעלונג וועגן קינדער־ליטעראַטור אין דער ניו־יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק, האָט באַמערקט, אַז אַן אומגעוויינטלער גרויסער פּראָצענט פֿון פּראָגרעסיוו־געשטימטע שרײַבער און אילוסטראַטאָרן פֿון קינדער־ביכער זענען ייִדן.

די אויסשטעלונג, וועלכע איז געווען אָפֿן במשך פֿון איבער אַ יאָר און וועט זיך שליסן דעם 7טן סעפּטעמבער, האָט צוגעצויגן מער באַזוכער, ווי וועלכע־ניט־איז אַנדערע עקספּאָזיציע אין דער געשיכטע פֿון דער ביבליאָטעק. ווען מע גייט אַרום איבער די גאַלעריעס, וואָס דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿונעם ליטעראַטור־זשאַנער, מאַכט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די באַזוכער ווערן אַליין פּערסאָנאַזשן פֿון אַ קינדער־בוך. מאַרקוס האָט צוגעטראַכט די דעקאָראַציעס פֿון דער אויסשטעלונג אויפֿן סמך פֿון קלאַסישע ווערק פֿאַר קליינע לייענער.

אַחוץ די ביכער, זענען אין דער ביבליאָטעק אַרויסגעשטעלט אַזעלכע אינטערעסאַנטע עקספּאָנאַנטן, ווי די פּלושענע שפּילעכלעך, וואָס האָבן געהערט צו קריסטאָפֿער מילן, דער זון פֿונעם באַרימטן מחבר פֿון די מעשׂיות וועגן דעם בערעלע „וויני־פּו‟, אַלען אַלעקסאַנדער מילן, אָדער אַ בריוו, וואָס לויִס קעראָל האָט אָנגעשריבן צו זײַן חבֿרטע אַליס לידעל, וועלכע האָט געדינט ווי אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע פֿאַר זײַן בוך „אַליס אין וווּנדערלאַנד‟.

מאַרקוס האָט דערקלערט, אַז פֿאַר אַ סך ייִדן פֿון אימיגראַנטישע משפּחות איז די קינדער־ליטעראַטור געוואָרן דאָס איינציקע קונסט־געביט, אין וועלכן זיי האָבן געקאָנט אויסדריקן זייער טאַלאַנט, צוליב דעם אַנטיסעמיטיזם און קולטורעלער דיסטאַנץ פֿון דער הויפּטשטראָמיקער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. דערצו, האָבן די אימיגראַנטישע שרײַבער, וועלכע פֿלעגן זיך פֿילן פֿרעמד אינעם נײַעם לאַנד, געוואָלט אַנטלויפֿן אין דער קינדערישער פֿאַנטאַזיע־וועלט.

צום בײַשפּיל, איז דער שרײַבער מאָריס סנדק אויפֿגעוואַקסן אינעם ברוקלינען ראַיאָן בענסאָנהערסט, ווען די אָרטיקע ייִדן האָבן מורא געהאַט פֿאַר אַנטיסעמיטיזם. לעבנדיק ווי אַ קינד אין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט זיך געפֿילט ווי אַ פֿרעמדער, האָט סנדק אויסגעאַרבעט אַן אוניקאַלן כּמו־קינדערישן קוקווינקל, צוליב וועלכן ער איז געוואָרן איינער פֿון די גרעסטע מײַסטער פֿונעם קינדער־זשאַנער. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע מחברים, האָט סנדק אויפֿגענומען די שעפֿערישקייט פֿון קליינע קינדער ווי אַ פֿאָרעם פֿון עכטער קונסט.

מאַרקוס האָט באַמערקט, אַז אין דער תּקופֿה פֿונעם פֿרוידיאַנער פּסיכאָ־אַנאַליז, האָט סנדק פֿאַרשטאַנען, אַז אין די קינדער דריקן אויס אין די בילדער זייערע עמאָציעס, וואָס זיי קאָנען נישט פֿאָרמולירט מיט ווערטער. די אילוסטראַציעס אין סנדקס ווערק אַנטפּלעקן אַ גאַנצע וועלט פֿון טיפֿע אומבאַוווּסטזיניקע געפֿילן.

דאָס געשטאַלט פֿון שעל סילווערסטין, אַן אַנדער קינדער־קלאַסיקער, מיט אָפּגעגאָלטע האָר, אַ באָרד, באָרוועסע פֿיס און אַ גיטאַר, קומט אין סתּירה מיטן סטערעאָטיפּישן אימאַזש פֿון אַ קינדער־מחבר. סילווערסטין האָט געאַרבעט אינעם זשורנאַל „פּלייבוי‟; אין זײַנע ווערק פֿאַר קינדער האָט ער ברמז אויסגעדירט ערנסטע דערוואַקסענע געפֿילן.

די גרויסע ראָלע, וואָס די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געשפּילט אין דער קינדער־ליטעראַטור, איז אַ טייל פֿון דער געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. פֿונדעסטוועגן, האָבן זיך אין זייערע ווערק אָפּגעשפּילט די לאַנגע יאָרהונדערטער פֿונעם ייִדישן גלות און די אוראַלטע טראַדיציע פֿונעם דערציילן די קינדער די פּסחדיקע הגדה.