לייב פֿײַן ז״ל — מײַן ייִדישער מלך

Leonard Fein, My King of the Jews

לייב (לענאַרד) פֿײַן
לייב (לענאַרד) פֿײַן

פֿון קאַטלין פּעראַטיס (Forward)

Published August 17, 2014, issue of September 12, 2014.

לייב (לענאַרד) פֿײַן, אַ פּראָגרעסיווער ייִדישער אַקטיוויסט און שרײַבער און אַ לאַנג־יאָריקער קאָרעספּאָנדענט פֿונעם Forward, איז דעם 14טן אויגוסט ניפֿטר געוואָרן אינעם עלטער פֿון 80 יאָר.

איך פֿיל זיך איצט ווי אַן אַלמנה, הגם לייבל האָט געהאַט צוויי געוועזענע ווײַבער, און איך בין געווען בלויז זײַן נאָענטע חבֿרטע. אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט האָט זיך אָנגעהויבן, ווען פֿײַן האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם יאָר 1994 זײַן בוך „צעברעכן די געצן‟, וועגן דעם מצבֿ פֿון די ליבעראַלע שטראָמען פֿון דער ייִדישער רעליגיע.

אין יענער תּקופֿה, בין איך געווען צווישן „נײַע ייִדן‟. ניין, איך מיינט נישט די ישׂראלים. איך בין געווען אַ פֿרישע גיורת, וועלכע האָט נאָרוואָס אָנגענומען די ייִדישע רעליגיע. אין זײַן בוך, האָט פֿײַן דערקלערט, אַז נישט בלויז אַזעלכע מענטשן, ווי איך, נאָר יעדער איינער ייִד בלײַבט אַ ייִד צוליב זײַן אייגענער ברירה. איך בין געגאַנגען זיך צו טרעפֿן מיטן מחבר, וועלכער האָט מיך ממש אַנטציקט מיט זײַנע ווערטער; זינט דעמאָלט האָט זיך אָנגעהויבן אונדזער „שרײַבערישער ראָמאַן‟, וואָס האָט געדויערט ביז זײַן פּטירה. פֿאַר מיר איז ער געווען אַ „ייִדישער מלך‟, און איך האָב געוואָלט ווערן זײַן „מלכּה‟.

במשך פֿון יאָרן, האָט פֿײַן רעדאַקטירט אַלע מײַנע ווערק. דאַכט זיך, האָב איך נישט אָנגעשריבן קיין וואָרט, וואָס ער האָט פֿריִער נישט איבערגעלייענט. איידער ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע טעקסטן, האָט ער, געוויינטלעך, אויך געגעבן זיי מיר אָפּצושאַצן. עטלעכע מאָל זענען מיר געפֿאָרן צוזאַמען קיין ישׂראל. איין מאָל, אינעם יאָר 2012, זענען מיר אויך געפֿאָרן קיין עזה. אויפֿן וועג צוריק, האָט די ישׂראלדיקע גרענעץ־פּאָליציי אים אינגאַנצן אויסגעטאָן. דער פּאָליציאַנט האָט מיר דעמאָלט געהייסן „אַראָפּצונעמען מײַן מאַנס הויזן‟. איך האָב געוואָלט זיך צעלאַכן און פֿאָדערן אַן אַדוואָקאַט. דערנאָך האָב איך דערקלערט דעם פּאָליציאַנט, אַז מיר זענען נישט קיין מאַן־און־ווײַב. פֿײַן, מיט זײַן גוטן הומאָר־חוש, האָט ליב געהאַט איבערדערציילן די דאָזיקע טשיקאַווע מעשׂה.

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, ווען פֿײַן געפּראַוועט זײַן 80סטן געבוירן־טאָג. איצט טראַכט איך, אַז די שׂימחה האָט שוין געהאַט אַ טעם פֿון אַ לוויה. שמואל נאָריך, דער פֿאַרלעגער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, האָט פֿאָרגעלייענט איינעם פֿון לייבלס אַרטיקלען, אָנגעשריבן מיט אַ סך יאָר צוריק.

דעם לעצטן אָוונט פֿון זײַן לעבן האָט ער פֿאַרבראַכט מיר אין דער היים בײַ אַ וועטשערע. ווי געוויינטלעך, איז ער געווען פֿול מיט ענערגיע, מיטגעבראַכט צוויי פֿלעשער ווײַן און געשמועסט וועגן איראַן און עזה. ווי געוויינטלעך, האָט ער מיר שפּאַסיק פֿאָרגעלייגט מיט אים חתונה צו האָבן. דערנאָך איז געגאַנגען אַהיים און, נעבעך, געשטאָרבן; הײַנט איז מיר שווער זיך פֿאָרצושטעלן, וואָס איך וועל טאָן אָן אַ מענטש, מיט וועלכן איך האָב געשמועסט כּמעט יעדן טאָג.