וואַרשע קערט אום אַלטע מצבֿות

Warsaw Will Return And Preserve Jewish Tombstones

אַ פּאַרק־געבײַדע אין וואַרשע, געמאַכט פֿון ייִדישע מצבֿות
Courtesy of From the Depths
אַ פּאַרק־געבײַדע אין וואַרשע, געמאַכט פֿון ייִדישע מצבֿות

פֿון ייִט״אַ

Published August 17, 2014, issue of September 12, 2014.

די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע פֿון וואַרשע האָט מסכּים געווען אומצוקערן און אָפּהיטן טויזנט ייִדישע מצבֿות, וועלכע זענען אויסגענוצט געוואָרן ווי אַ בוי־מאַטעריאַלן אין איינעם פֿון די פֿאַרווײַל־פּאַרקן, וואָס געפֿינט זיך אינעם וואַרשעווער ראַיאָן פּראַגאַ.

פֿרײַטיק, דעם 15טן אויגוסט, האָט די אינטערנאַציאָנאַלע מעמאָריאַלע אָרגאַניזאַציע „ממעמקים‟, וועלכע האָט געפֿירט די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די שטאָטישע רעגירונג־באַאַמטע, איבערגעגעבן, אַז במשך פֿון די קומענדיקע חדשים, וועט מען ברענגען די מצבֿות צוריק אויפֿן ייִדישן בית־עולם. די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע האָט אויסגעטייל 180,000 דאָלאַר פֿאַרן דאָזיקן פּראָיעקט.

דזשאָני דעניעלס, דער ענגליש־געבוירענער גרינדער פֿון דער דאָזיקער נישט־קאָמערציעלער אָרגאַניזאַציע, מיטן צענטער אין ישׂראל, האָט באַמערקט, אַז דער פּאַרק, וווּ די בײַדלעך און טרעפּ זענען געמאַכט פֿון אַלטע ייִדישע מצבֿות, איז בלויז איינס פֿון אַ סך אַזעלכע ערטער אין פּוילן. מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט „ממעמקים‟ אָרגאַניזירט אַ באַגעגעניש פֿון צענדליקער כּנסת־דעפּוטאַטן, וועלכע האָבן זיך געטראָפֿן מיט זייערע קאָלעגן פֿון פּוילן און אַנדערע לענדער, און באַזוכט מיט זיי דעם געוועזענעם טויט־לאַגער אין אוישוויץ.

דעניעלס האָט דערקלערט, אַז אין די 1950ער יאָרן האָט די קאָמוניסטישע רעגירונג כּסדר אויסגענוצט די מצבֿות ווי אַ בוי־מאַטעריאַל. אָפֿטמאָל, האָט מען זיי צעבראָכן, כּדי אַרײַנצופּאַסן פֿאַר פֿאַרשיידענע אַרכיטעקטור־פּלענער. די אָרגאַניזאַציע „ממעמקים‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די ענינים פֿון חורבן־הזכּרה, האָט געשאַפֿן דעם ספּעציעלן פּראָיעקט „מצבֿה‟, וואָס האָפֿט אומצוקערן בעת אַ מיליאָן אַלטע ייִדישע מצבֿות, וואָס באַהאַלטן זיך אין די בנינים, פּאַרקן און אַנדערע ערטער. דער „ייִדישער חורבן־אינסטיטוט‟ און דער פּוילישער הויפּט־רבֿ, מיכאל שודריך, זענען אָפֿיציעלע שותּפֿים אינעם פּראָיעקט.

אַ צאָל פֿרײַוויליקע אַקטיוויסטן פֿונעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט האָבן פֿאָרגעלייגט זייער הילף אָנצוהייבן זוכן די באַהאַלטענע מצבֿות. דעניעלס האָט איבערגעגעבן, אַז ווען זײַן אָרגאַניזאַציע האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער פֿראַגע וועגן דעם באַנוץ פֿון די קבֿר־שטיינער ווי אַ בוי־מאַטעריאַל, האָט זי יעדן טאָג באַקומען נײַע ידיעות וועגן גאַנצע אָדער צעבראָכענע מצבֿות, וואָס שטעקן אין די וועגן, פּאַרק־געבײַדעס און אַפֿילו טואַלעטן.