אַן אָפּקלאַנג פֿון די געשעענישן אין אוקראַיִנע

Echo of Events in Ukraine

אַ גרופּע נײַע עולים פֿון אוקראַיִנע אין דעם בן־גוריון־פֿליפֿעלד
ICEJ Staff Photo
אַ גרופּע נײַע עולים פֿון אוקראַיִנע אין דעם בן־גוריון־פֿליפֿעלד

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 19, 2014, issue of September 12, 2014.

סוף-כּל-סוף, האָט זיך באַוויזן עפּעס אַ סטאַטיסטיק (פֿריִער האָב איך עס ניט געזען), וואָס באַשרײַבט די הײַנטיקע עליה פֿון אוקראַיִנע. זי איז טאַקע היפּש אויסגעוואַקסן אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַראַיאָרן. למשל, פֿון אָדעס זײַנען פֿאַר די ערשטע זיבן חדשים פֿון 2014 אַרויסגעפֿאָרן 509 נפֿשות, בעת אין 2013 איז די צאָל געווען אַ סך קלענער — 108. דאָס זעלבע זעט מען אין אַנדערע שטעט: כאַרקיוו — 666 (אין 2013 — 151), דניפּראָפּעטראָווסק — 339 (93), סימפֿעראָפּאָל — 114 (41), קיִעוו — 305 (201). מע שרײַבט, אַז די קריסטלעכע אָרגאַניזאַציעס האָבן געהאָלפֿן אַרויסצופֿירן די דאָזיקע לײַט. זינט דעם 1טן יוני צאָלט אויס די „סכנותּ‟ אַ צוגאָב די עולים, וואָס קומען אָן פֿון אוקראַיִנע: 6,000 שקלים אַ יחיד, 11,000 — אַ פּאָרל, און 15,000 — אַ משפּחה פֿון דרײַ און מער נפֿשות.

בינו-לבינו, רירן זיך ניט ס‘רובֿ אוקראַיִנישע ייִדן פֿונעם אָרט. פֿאַר וואָס? זיצנדיק אין אָקספֿאָרד, איז מיר שווער צו געבן אַ קוואַליפֿיצירטן ענטפֿער אויף דער דאָזיקער פֿראַגע. איך האָב דאָ הייסע וואַסער, בעת מײַנע פֿרײַנד אין אוקראַיִנע באַקומען עס גאָר ניט יעדן טאָג. די פּרײַזן שפּרינגען דאָ ניט, ווי מע זעט עס אין אוקראַיִנע. ענגלאַנד איז פּטור געוואָרן פֿון די שווערע עקאָנאָמישע קאָפּווייטיקן, בעת מיט קיין פֿאַרבעסערונג פֿונעם מצבֿ שמעקט דערווײַל אַפֿילו ניט אין אוקראַיִנע, ווײַל רוסלאַנד הערט ניט אויף צו שיקן אַהין מיליטער און געווער איבער דער צעלעכערטער גרענעץ. אָבער, ניט געקוקט אויף דעם אַלץ, רוקט מען זיך ניט מאַסנווײַז קיין ישׂראל.

פֿון דער ווײַטנס זעט עס אויס אַזוי: ערשטנס, וווּהין קענען אַרויספֿאָרן די ייִדן פֿון אוקראַיִנע? קיין ישׂראל — איז פֿון דעסטוועגן שרעקלעך, יעדנפֿאַלס, פֿאַר אַ סך מענטשן. אַזאַ געדאַנק זעט אויס פֿאַר זיי, בלי-ספֿק, ווי אין דעם ווערטל: פֿון איין אומגליק אַרויס אין צווייטן אַרײַן. צווייטנס, זײַנען פֿאַראַן צווישן די ייִדן ניט ווייניק אַזעלכע, וואָס פֿאַרמאָגן עפּעס, אָדער זיי דאַכט זיך, לכל-הפּחות, אַז זיי האָבן אַ פֿאַרמעגן. ס‘איז שוין לאַנג אַרויס פֿון דער מאָדע אָנצוקומען קיין ישׂראל צי נאָך ערגעץ-וווּ מיט אַ קליין זשמענקעלע דאָלאַרן אין קעשענע, ווי דאָס איז געווען אין די סאָוועטישע צײַטן. אָבער דאָס אוקראַיִנישע פֿאַרמעגן איז הײַנט אַנטווערטיק געוואָרן, אויב עס האָט בכלל כאָטש עפּעס אַ פּרײַז.

אַ מקורבֿ מײַנער, וואָס וווינט און פֿירט געשעפֿטן אין מאָסקווע (אָבער האָט אַ ישׂראלדיקן פּאַס), האָט מיר דערציילט כּלערליי געשיכטעס מכּוח זײַנע ייִדישע חבֿרים, וועלכע האָבן געדרייט מיט צענדליקער צי הונדערטער מיליאָנען אין אוקראַיִנע, אָבער איצט האָבן זיי כּמעט אַלץ פֿאַרלוירן. אַ שטייגער, איינער פֿון זיי האָט אַ געשעפֿט פֿון 500 מיליאָן דאָלאַר — אַזאַ פּרײַז האָט עס געהאַט אין די „גוטע צײַטן‟. פֿון די דאָזיקע 500 מיליאָן זײַנען 300 מיליאָן הלוואָות, אָבער דאָס געשעפֿט ברענגט ניט הײַנט-צו-טאָג גענוג רווח, כּדי צו דעקן דאָס אויסגעבאָרגטע געלט. און פֿאַרקויפֿן עס קען ער אויך ניט, ווײַל מער פֿון 200 מיליאָן גיט מען אים ניט. אין אַזאַ טעמפּן ווינקל, מיט אַנדערע, געוויינלעך מער באַשיידענע, סומעס געלט, האָבן זיך אַרײַנגעפּאַקט זייער אַ סך אונטערנעמער, ייִדן בתוכם. בלײַבן זיי שטעקן דאָרטן אין דער ניט-אַהין-און-ניט-אַהער פּאַסטקע.

בינו-לבינו, ווערט ניט אויף קיין טאָג פֿאַרגעסן דער נאָמען פֿון איגאָר קאָלאָמויסקי, וואָס איז נאָך אַלץ איינער פֿון די רײַכסטע מענטשן אין אוקראַיִנע, און דערצו איז ער דער דניפּראָפּעטראָווסקער גובערנאַטאָר. די אַנטיסעמיטישע מעדיאַ-קולער הערן ניט אויף צו טענהן, אַז ער איז שיִער ניט דער איינציקער, וואָס פֿאַרדינט זייער גוט אויף דער מלחמה. מע סטראַשעט אויך, אַז ער וויל אָפּשנײַדן אַ טייל פֿון אוקראַיִנע און עס פֿאַרוואַנדלען אין אַן אייגענער נחלה. ס‘איז קלאָר, אַז מיט קאָלאָמויסקיס השפּעה זײַנען ניט צופֿרידן ניט בלויז די רוסישע אַנטיסעמיטן, נאָר אויך אייניקע נאַציאָנאַליסטישע טוער אין אוקראַיִנע.

ס‘איז שווער איצט צו זאָגן, וואָס פֿאַר אַ שפּור וועט די איצטיקע בלוטיקע איבערקערעניש איבערלאָזן אין דער ייִדישער געשיכטע. אַזעלכע זאַכן זעט מען נאָר שפּעטער, פֿון אַ דיסטאַנץ אין יאָרן. דער איצטיקער 100־יאָריקער יוביליי פֿונעם פּאַנאַמער קאַנאַל דערמאָנט אונדז, ווי דער אָנטייל פֿון עטלעכע ייִדן, קודם-כּל, די פֿינאַנסיסטן זשאַן ריינאַך און קאָרנעליוס הערץ, אין דער אַפֿערע אַרום דער בויוּנג פֿונעם קאַנאַל האָט צעבלאָזן אַנטיסעמיטישע שטימונגען אין פֿראַנקרײַך, געשאַפֿן אַזאַ קלימאַט אין דער געזעלשאַפֿט, אַז ס‘איז געוואָרן מעגלעך דורכצופֿירן דעם פּראָצעס קעגן אַלפֿרעד דרייפֿוס. און דאָס האָט געהאַט אַ „דאָמינאָ-עפֿעקט‟ ווײַטער: דער אַסימילירטער זשורנאַליסט טעאָדאָר הערצל איז נאָך דעם דרייפֿוס-ענין איבערגעצײַגט געוואָרן, אַז נאָר אַן אייגענע מדינה קען לייזן די אָנגעווייטיקטע ייִדישע פֿראַגע.

אַוודאי, האָט זיך די געשיכטע אַנטוויקלט ניט אַזוי גראָדליניק, ווי איך האָב עס דאָ באַשריבן, אָבער גאָרנישט גייט ניט דורך אָן דעם איבערלאָזן אַ שפּור אינעם ווײַטערדיקן לעבן. צו מאָל איז דער שפּור אַ נישטיקער, בלויז אין זאַמד, און ער פֿאַרשווידט פֿון דעם ערשטן ווינט צי אַפֿילו אַ ווינטל. אָבער די געשעענישן אין אוקראַיִנע וועלן, אָן שום ספֿק, האָבן זייער אַ לאַנגן אָפּקלאַנג.