ייִדישע שטודיעס אין דער „שטאָט פֿון ליכט‟

Jewish Studies in the City of Lights

אַ פּאַנעל אויפֿן „קאָנגרעס פֿון דער אייראָפּעיִשער אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟
Adi Mahalel
אַ פּאַנעל אויפֿן „קאָנגרעס פֿון דער אייראָפּעיִשער אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟

פֿון עדי מהלאל

Published August 19, 2014, issue of September 12, 2014.

דעם זומער איז פֿאָרגעקומען אין פּאַריז דער „צענטער קאָנגרעס פֿון דער אייראָפּעיִשער אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟. די לעקציעס פֿונעם קאָנגרעס זענען אָנגעגאַנגען אין משך פֿון דער 5־טאָגעדיקער פֿאַרזאַמלונג אין דעם באַרימטן „סאָרבאָן‟־אוניווערסיטעט און אין דעם „ל‘עקאָל נאָרמאַל סופּעריאָר‟, וואָס געפֿינען זיך כּידוע אינעם לאַטײַנישן קוואַרטאַל. אַזוי אַז איצטער, מעגן די פּאָר הונדערט באַטייליקטע באַרימען זיך, אַז זיי האָבן כאָטש איין מאָל אין זייער לעבן געגעבן אַ לעקציע אין דעם בכּבֿודיקן „סאָרבאָן‟, נישט ווייניקער!

דערצו, האָבן די העלדישע באַטייליקטע פֿון דעם קאָנגרעס אויך איבערגעלעבט די אַנטי-ישׂראל דעמאָנסטראַציעס, וואָס זענען געהאַלטן געוואָרן אין יענער צײַט אין פּאַריז. אַלע אָנטייל-נעמערס האָבן באַקומען אַ בליצבריוו מיט דעם פּרטימדיקן פּלאַנירטן מאַרשרוט פֿון די דעמאָנסטראַנטן, מיט דער עצה צו פֿאַרמײַדן אָט די ערטער. אין יעדן פֿאַל, נישט געקוקט אויף די אַ שרעקלעכע סכּנות, מעג מען פֿרײַ אָפּאָטעמען: קיין איין האָר פֿון די קעפּ בײַ די מומחים פֿון ייִדישע שטודיעס איז נישט אַראָפּגעפֿאַלן.

פֿון די פּאַנעלן און ספּעציעלע אונטערנעמונגען, א. ב. יהושעס נודנע רעדע בתוכם, האָט מען געקאָנט באַמערקן, ווי דער תּחום פֿון מיטל-עלטערלעכע ייִדישע שטודיעס דאָמינירט. אַפֿילו אָט דער באַרימטער ישׂראלדיקער מחבר איז אײַנגעלאַדן געוואָרן, כּדי צו רעדן אויף דער סיום-צערעמאָניע דווקא וועגן זײַן נישט נײַעם ראָמאַן „מיסטער מאַני‟ (1990). דער ראָמאַן באַשעפֿטיקט זיך מיט דער מיטל־עלטערלעכער ייִדישער קולטור און געשיכטע און פּאַסט פֿאַר דער אַלגעמיינער קאָנגרעס-טעמע. אַ שאָד נאָר, וואָס מיסטער יהושע, אין זײַן רעדע אויף דער טעמע „פֿון מיטאָלאָגיע צו געשיכטע: אַ רײַזע צום סוף פֿון דעם יאָרטויזנט‟, האָט קיין נײַע פּרטים נישט אַנטפּלעקט, און פֿאַרנודיעט דעם נישט קליינעם עולם, וואָס האָט זיך צונויפֿגענומען אין דעם גאָר שיינעם 150־יעריקן זאַל פֿון דעם „מאַרי דו ווע אַראָנדיסעמענט‟ (דאָס שטאָטהויז פֿון דעם פֿינפֿטן ראַיאָן). לכל-הפּחות האָט ער נישט צו לאַנג זיך אָפּגעשטעלט אויף זײַן טעאָריע וועגן דער אוממעגלעכקייט פֿון ייִדן צו לעבן „אַ פֿול ייִדיש לעבן‟, מחוץ מדינת-ישׂראל, ווי זײַן שטייגער איז צו דערציילן עס אין די לעצטע פּאָר יאָר אויף אַזעלכע ייִדישע אונטערנעמונגען אין די תּפֿוצות.

דער הויף פֿון דעם „לעקאָל נאָרמאַל סאָפּעריאָר‟
Adi Mahalel
דער הויף פֿון דעם „לעקאָל נאָרמאַל סאָפּעריאָר‟

וואָס שײַך די מאָדערניסטן, האָט מען געקאָנט הערן אַזעלכע אינטערעסאַנטע רעפֿעראַטן וועגן דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור און אויף ייִדישע טעמעס. שירה סתּיו, די דיכטערין און לעקטאָרין פֿון בן-גוריון אוניווערסיטעט, האָט געגעבן אַ פֿאַרכאַפּנדיקן רעפֿעראַט וועגן דעם „עסן, גילוי-עריות און זעלבסט אַנטיסעמיטיזם אין אורי־ניסן גנעסינס קורצע דערציילונגען‟. איינע פֿון אירע אָבסערוואַציעס איז געווען, אַז כּדי צו פֿאַרשטאַרקן די בורזשואַזיע (די ייִדישע בורזשואַזיע בתוכם), איז דער פֿענאָמען פֿון גילוי-עריות צוגעשריבן געוואָרן צו די נידעריקע קלאַסן. דאָס איז געשען בשעת די אַנטיסעמיטן האָבן באַשריבן די ייִדן ווי „סעקסועלע דעגענעראַטן‟, און ווי אַזעלכע, וואָס לײַדן פֿון „בלוט־שאַנדע‟, ווי אַ דעגענערירטע ראַסע. ביידע אַספּעקטן, האָט סתּיו דערקלערט, קען מען געפֿינען בײַ גנעסינען.

ריקי טראַום-אַבֿידן (דיקינסאָן־אוניווערסיטעט) האָט שאַרף גערעדט וועגן יורם קאַניוקס בהדרגהדיקער צעשיידונג מיט זײַן ייִדישער אידענטיטעט, ספּעציעל אין זײַן ראָמאַן „דער לעצטער ייִד‟ (1982) און אין זײַן נאָוועלע „אַן אַלטער מאַן‟ (2012). קאַניוק (2013-1930), האָט צוויי יאָר פֿאַר זײַן טויט געבעטן די אינסטאַנצן אין ישׂראל צו בײַטן זײַן רעליגיעזן סטאַטוס פֿון „ייִד‟ אויף „קיין רעליגיע‟ („חסר דת‟), ווי אַ טייל פֿון זײַן פֿאָדערונג פֿאַר אַ פּערזענלעכער אויטאָנאָמיע.

איינע פֿון די רעדעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך, איז געווען אַלכּסנדר שאַפּיראָס פּרעזענטאַציע אויף דער טעמע „דאָס ייִדישע לשון: פּסיכאָלאָגישע אַספּעקטן פֿון זײַן מאָדערנעם ווידעראויפֿקום‟. שאַפּיראָ איז אַ פּסיכאָלאָג פֿון דער רוסישער אַקאַדעמיע פֿאַר בילדונג, מיט אַ טיפֿער תּשוקה פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך. ער האָט אָנגעהויבן זײַן רעדע בזה-הלשון:

„מע דערמאָנט אָפֿט די ייִדישע שפּראַך הײַנט אויף נעגאַטיווע, אַפֿילו דעפּרעסיווע אופֿנים, אָדער פֿון דער אַנדערער זײַט, מיט אַן אייבערפֿלעכלעכן אָפּטימיזם און סענטימענטאַליזם. איך לייג פֿאָר אויף דער לעקציע, אַז דאָס מאָדערנע פּסיכאָלאָגישע וויסן, טעאָריעס און פּראַקטיק קענען געבן אַ טיפֿן אַנאַליז וועגן די אינטעראַקציעס פֿון ייִדיש מיט אַנדערע שפּראַכן און קולטורן (ייִדישע און נישט ייִדישע).‟

אין תּוך, רעדט ער וועגן מאַכן פֿון ייִדיש אַ נײַעם סאָרט עספּעראַנטאָ. מע קען אָפּשאַצן שפּיראָס ראַדיקאַלן אָפּטימיזם. צי האָבן אָבער זײַנע פֿאָרלייגן ממשותדיקע שאַנסן צו ווערן רעאַליזירט? ס‘איז כּדאַי אים ווידער צו שטעלן די פֿראַגע אין פֿיר יאָר אַרום, אויף דעם קומענדיקן קאָנגרעס.