ייִדיש־וואָך 2014

Yiddish Week 2014

אַ טייל פֿון די אָנטייל־נעמערס אויף דער הײַיאָריקער „ייִדיש־וואָך‟
Judith Waletzky
אַ טייל פֿון די אָנטייל־נעמערס אויף דער הײַיאָריקער „ייִדיש־וואָך‟

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 21, 2014, issue of September 12, 2014.

אַ פֿאַרשידנאַרטיקע גרופּע פֿון איבער 150 מענטשן איז זיך צוזאַמענגעקומען אין רײַסטערסטאָון, מערילאַנד בײַם „פּערלסטאָון אָפּרו־צענטער‟, כּדי צו פֿאַרברענגען אַ וואָך אויף ייִדיש. די אָנטייל־נעמערס, אין עלטער פֿון אַ פּאָר חדשים ביז די טיפֿע 80ער יאָרן, זענען געקומען פֿון איבער גאַנץ אַמעריקע, ווי אויך פֿון האָלאַנד, שוועדן, בראַזיל, מעקסיקע, ליטע, פּוילן, רוסלאַנד און ישׂראל.

אויף דער הײַיאָריקער ייִדיש־וואָך, אָרגאַניזירט פֿון „יוגנטרוף - יוגנט פֿאַר ייִדיש‟, האָט מען געשפּילט פֿאַרשידענע ספּאָרט, שפּילערײַען, געהאַלטן רעפֿעראַטן, געמאַכט קונסט, געזונגען לידער און סתּם גענאָסן פֿונעם שיינעם וועטער לעבן באָלטימאָר.

צווישן די געסט זענען געווען 35 קינדער ייִנגער פֿון 14 יאָר, וואָס האָבן אָנטיילגענומען אין די ספּעציִעלע קינדער־אַקטיוויטעטן, צוגעפּאַסט פֿאַר זייער עלטער. די קינדער האָבן פֿאָרגעשטעלט אַ סאַטירישע פּיעסע וועגן די געפֿאַרן פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, וואָס עס האָט אָנגעשריבן עטעלע ניבאָרסקי, אַ 12־יעריקע ישׂראלי, וואָס האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ גאַנצן ראָמאַן אויף ייִדיש. די קינדער האָבן אויך פֿאַרבראַכט אויף דער אָרטיקער אָרגאַנישער פֿאַרם, וווּ זיי האָבן באַזוכט די ציגן, כּדי זיך צו לערנען ווי אַזוי מע מעלקט זיי.

צווישן די פּאָפּולערסטע אַקטיוויטעטן אויף דער הײַיאָריקער ייִדיש־וואָך איז געווען דער „פֿרעג־געשלעג‟, אַ ייִדישער נסוח פֿון College Bowl, וואָס עס פֿירט אָן גיטל־שעכטער־ווישוואַנאַט. דער פֿראַגע־פֿאַרמעסט, געשפּילט פֿון צוויי מאַנשאַפֿטן דינט ניט בלויז ווי אַ פֿאַרווײַלערישע אַקטיוויטעט, נאָר לערנט אויך דעם עולם זעלטענע ייִדישע טערמינען. אין יעדער רונדע, למשל, האָט מען געשטעלט מאַטעמאַטישע פֿראַגעס, אין וועלכע מע האָט געדאַרפֿט צוגעבן און אַראָפּנעמען פֿון אַ ציפֿער, אים כּפֿלען אויף אַן אַנדער סומע און דערנאָך געפֿינען דעם קוואַדראַט־וואָרצל (Square Root) פֿונעם רעזולטאַט. אין דער קינדער־רונדע האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, געשטעלט גרינגערע פֿראַגעס אָן קיין קוואַדראַט־וואָרצלען.

לכּבֿוד דעם 20סטן יובֿל פֿון דער באָסטאָנער ייִדישער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול‟ האָט מען געמאַכט אַ ספּעציִעלע לעבעדיקע טראַנסמיסיע פֿאַר די באָסטאָנער צוהערער. בײַ דער געלעגנהייט האָט דער עולם באַגריסט די לאַנג־יאָריקע אָנפֿירערין פֿון דער ראַדיאָ־פּראָגראַם חסיה סיגל, וואָס האָט אָנגעקלונגען פֿון פֿלאָרידע, אויף איר 101טן געבורטסטאָג.

צווישן די „ייִדיש־וואָכניקעס‟ זענען געווען משפּחות און פּאָרלעך, וואָס קומען שוין אַ סך יאָר. טײַבל ערלעך־יעלען און חיים יעלען פֿון שיקאַגע האָבן דערקלערט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, אַז זיי קומען שוין 24 יאָר אויף דער ייִדיש־וואָך. לכתּחילה זענען זיי געקומען, כּדי צו געפֿינען ייִדיש־רעדנדיקע קינדער, מיט וועמען זייער טאָכטער האָט זיך געקענט שפּילן. „זי האָט זיך באַקאַנט דאָ מיט פֿיר אַנדערע מיידלעך אין איר עלטער, און זיי האָבן גערעדט ייִדיש צוזאַמען און זענען אויפֿגעוואַקסן צוזאַמען‟, האָט טײַבל ערלעך דערקלערט. אויף דער פֿראַגע, וואָס איז זייער באַליבסטער טייל פֿון דער „ייִדיש־וואָך‟, האָט טײַבל־ערלעך געזאָגט, אַז זי האָט ליב די „יאָגאַ‟־קלאַסן און חיים האָט איבערגעגעבן, אַז עס געפֿעלט אים סתּם צו רעדן מיט מענטשן פֿון איבער דער גאַנצער וועלט און הערן פֿאַרשידענע מינים ייִדיש. „ס׳איז זייער אינטערעסאַנט. וווּ נאָך קען מען דאָס טאָן?‟