מײַן קעשענעווער בן־עיר אין באר־שבֿע

My Compatriot from Kishenev, Here in B‘er Sheva

פֿון רעכטס: ניסן שעכטמאַן, אַנזשעלאַ פּיכוט, צבֿי ווערשובסקי, סערגאָ בענגעלסדאָרף און יוליאַ גיליטשענסקי
פֿון רעכטס: ניסן שעכטמאַן, אַנזשעלאַ פּיכוט, צבֿי ווערשובסקי, סערגאָ בענגעלסדאָרף און יוליאַ גיליטשענסקי

פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף

Published August 22, 2014, issue of September 12, 2014.
ניסן שעכטמאַן אין ליעזש, בעלגיע
ניסן שעכטמאַן אין ליעזש, בעלגיע

צו שמועסן מיט ניסן שעכטמאַן, אַ מומחה אין מוזיק, ליטעראַטור, טעאַטער און אַ וואַרעמער ייִד, פֿאַרשאַפֿט מיר שטענדיק הנאָה. ער וווינט אין באר־שבֿע שוין 37 יאָר, און איך — אַ נײַ־געקומענער, בין צו אים ספּעציעל געקומען פֿון נהריה, אויף דער גרענעץ מיט לבֿנון, דורכשנײַדנדיק כּמעט דאָס גאַנצע לאַנד.

מיר האָבן זיך געטראָפֿן אין זײַן דירה. ניסן איז איצט 93 יאָר אַלט, אָבער ער האָט אַ קלאָרן קאָפּ, רעדט צו דער זאַך און זײַנע אויגן זײַנען פֿול מיט לעבן. פֿון זײַנע ערשטע ווערטער האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ער ווייסט אַלע לעצטע נײַעס, בפֿרט, אַז אין דרום, וווּ עס הערן זיך כּסדר די אַלאַרעמס, איז עס שווער אויסצומײַדן, נישט געקוקט אויפֿן עלטער. אָבער זײַן באַהאַוונטקייט אין ידיעות פֿאַרשפּרייט זיך ווײַטער פֿון ישׂראל; ער האַלט אונטער פֿאַרבינדונגען מיט זײַנע אַמאָליקע קאָלעגן און תּלמידים פֿון דער „אַלטער היים‟, פֿון קעשענעוו. איז לאָמיך טאַקע אַ ביסל דערציילן וועגן זײַן לעבן און טעטיקייט, איידער איך הייב אים אָן שטעלן פֿראַגעס.

ניסן שעכטמאַן איז געבוירן געוואָרן אין דער רומענישער שטאָט גאַלאַץ אויפֿן טײַך דונײַ, אין 1921. זײַן טאַטע האָט געדינט ווי אַן אָנגעשטעלטער אין צאָל־אַמט, געקומען פֿון קעשענעוו, בעסאַראַביע. אין 1940, ווען בעסאַראַביע איז קאָאָפּטירט געוואָרן צום סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט די משפּחה באַשלאָסן זיך אומצוקערן קיין קעשענעוו, ווײַל דער אַנטיסעמיטיזם אין אַנטאָנעסקוס רומעניע האָט געשטיגן מיט יעדן טאָג.