ייִדיש-עפּאָס־ליטעראַטור קען מען איצט לייענען אויף ענגליש

Yiddish Epic Literature Now Available in English

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published August 24, 2014, issue of September 12, 2014.

װי עס באַמערקט פּראָפֿעסאָר דזשעראָלד פֿרײקס אין זײַן װאָגיקער הקדמה צו דער ענגלישער אַנטאָלאָגיע פֿונעם אַלטן ייִדישן עפּאָס, האָט דער עפּישער זשאַנער ניט קײן װאָרצלען אין דער טראַדיציע פֿון תּנ״ך, תּלמוד און מדרש.

דאָס איז אַ מערקװירדיקער פֿאַקט, װײַל כּמעט אַלע פֿעלקער, װאָס האָבן געלעבט בשכנות מיט ייִדן, אַזעלכע װי בבֿלים, גריכן און רױמער, האָבן יאָ געשאַפֿן אַ היפּשע צאָל עפּישע ליטעראַרישע װערק װעגן זײערע העלדן. תּנ״ך האָט פֿאַרמאָגט אַ סך שטאָף, װאָס לאָזט זיך לײַכט איבעראַרבעטן לױטן עפּישן שטײגער, אָבער דאָס איז געשען ערשט שפּעטער, אין דער אַשכּנזישער קולטור. די אײנציקע אַנדערע ייִדישע עדה, װאָס האָט אַנטװיקלט דעם עפּישן זשאַנער אין מיטלאַלטער, איז געװען די פּערסישע, אָבער קײן קעגנזײַטיקע קולטורעלע השפּעות זײַנען צװישן פּערסיע און אַשכּנז לכאורה ניט געװען.

אַזױ אַרום באַקומט זיך, אַז דװקא די עלטערע ייִדישע ליטעראַטור האָט געשאַפֿן אַ היפּשן ליטעראַרישן קאָרפּוס, װאָס איז געװען גאַנץ נײַ און אָריגינעל אין זײַן פֿאָרם. אָבער דער אינהאַלט פֿון די דאָזיקע טעקסטן איז בשום־אופֿן ניט אָריגינעל און שטאַמט פֿון אַנדערע מקורים. לױטן דאָזיקן פּרינציפּ האָט פֿרײקס גרופּירט זײַן אַנטאָלאָגיע אין צװײ אָפּטײלונגען. דער ערשטער טײל נעמט אַרײַן די װערק, װאָס דערצײלן איבער די געשעענישן פֿון תּנ״ך, און דער צװײטער איז כּולל די „װעלטלעכע‟ טעקסטן, די „פֿאַר־ייִדישטע‟ אַדאַפּטאַציעס פֿון אײראָפּעיִשע פּאָעטישע מעשׂיות, דער עיקר, פֿון דײַטש און איטאַליעניש.

איטאַליע אין דער „רענעסאַנס‟־תּקופֿה איז געװען אַ מקום־מיקלט פֿאַר ייִדישע פּליטים פֿון פֿאַרשידענע אײראָפּעיִשע קאַנטן, און דערפֿאַר איז זי געװאָרן דער װיכטיקסטער צענטער פֿון ייִדישער קולטור אין יענער צײַט. דװקא אין די איטאַליענישע שטעט, װוּ געלערנטע ייִדן האָבן געפֿירט פֿילאָסאָפֿישע און פֿילאָלאָגישע שמועסן מיט קריסטלעכע הומאַניסטן, האָט זיך אַנטװיקלט דער עפּישער זשאַנער אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

אינעם 16טן און 17טן יאָרהונדערט איז װענעציע געװען אײנער פֿון די הױפּט־צענטערס פֿון ייִדישן און העברעיִשן ביכער־דרוק. די איטאַליענישע דרוקערײַען האָבן באַזאָרגט מיט זײער פּראָדוקציע גאַנץ אײראָפּע. ניט אַלע רבנים זײַנען געװען צופֿרידן מיטן נײַעם שטראָם פֿון דער פֿאַרװײַלערישער ליטעראַטור, װאָס זײ האָבן ביטולדיק גערופֿן „גלחות־ביכער‟. װי אַ במקום האָבן זײ פֿאָרגעלײגט דעם עולם דאָס עכט־ייִדישע „מעשׂה־בוך‟, װאָס איז אַרױס אין באַזל אין 1602, אָבער די אַװאַנטורישע גױיִשע מעשׂיות װעגן אַדל־לײַט און בת־מלכּות זײַנען פֿאַרבליבן אַ פּאָפּולערע לעקטור.

די טעקסטן אינעם ערשטן אָפּטײל דערצײלן די באַקאַנטע סיפּורים פֿון תּנ״ך און זײַנען צו אונדז דערגאַנגען אין כּתבֿ־ידן פֿונעם 14טן–16טן יאָרהונדערט: „אַבֿרהם אָבֿינו‟, „יוסף הצדיק‟, „שמואל־בוך‟ און „עקידת יצחק‟. דער גרעסטער און װיכטיקסטער צװישן זײ איז „שמואל־בוך‟ װעגן דוד המלך, דעם גרעסטן גיבור פֿונעם אוראַלטן ישׂראל. זײַנע העלדישע מעשׂים װערן געשילדערט אין אַ פּאָעטישער פֿאָרם לױטן שטײגער, װאָס איז געװען פֿאַרשפּרײט אין פֿאַרשידענע אײראָפּעיִשע ליטעראַטורן פֿון מיטל־עלטער. דערבײַ האַלט זיך דער מחבר בײַ דער באַקאַנטער געשיכטע פֿון תּנ״ך, װאָס װערט דאָ און דאָרטן דערגאַנצט מיט עפּיזאָדן פֿון מדרש. כּדי צו פֿאַרבלײַבן געטרײַ דעם אָריגינאַל, האָט פֿרײקס באַשלאָסן זיך אָפּצוזאָגן פֿון דער פּאָעטישער מאָס און איבערטײַטשן אַלע טעקסטן אין פּראָזע.

דער צװײטער טײל נעמט אַרײַן מוסטערן פֿון „פֿאַר־ייִדישטן‟ אײראָפּעיִשן עפּאָס. „דוקוס הורנט‟ (אַרום 1382) איז אַ מעשׂה װעגן אַ שידוך פֿון אַ קעניג צו אַ בת־מלכּה פֿון אַ װײַטן לאַנד. דער פֿאַראַנענער פֿראַגמענט פֿונעם טעקסט האָט ניט קײן סימנים פֿון ייִדישקײט, און אַן ענלעכע געשיכטע טרעפֿט מען אין די דײַטשישע עפּישע לידער, אָבער עד־היום האָט מען ניט געפֿונען דעם אײגענעם מקור פֿונעם דאָזיקן ייִדישן טעקסט.

אַ סך פּאָפּולערער איז געװען „װידװילט‟, אַ ייִדישער נוסח פֿונעם באַרימטן ענגלישן ראָמאַן װעגן קעניג אַרטור און זײַן הױף. דער ייִדישער איבערטײַטשער האָט דורכגעפֿירט אַ היפּשע רעדאַקטאָרישע אַרבעט. ער האָט ניט נאָר אַרױסגענומען קריסטלעכע רמזים, װי מען פֿלעגט טאָן אין אַלע ייִדישע אַדאַפּטאַציעס פֿון אײראָפּעיִשער ליטעראַטור, נאָר חוץ דעם, האָט ער באַזײַטיקט נעגאַטיװע געשטאַלטן פֿון מוסולמענער און ביטולדיקע װערטער װעגן איסלאַם, װאָס זײַנען גאַנץ בולט אין אַלע קריסטלעכע נוסחאָות. ער האָט אױך פֿאַרקירצט די בלוטיקע שילדערונגען פֿון געװאָלט און שלאַכטן, װאָס זײַנען, אַ פּנים, אים ניט געװען צום האַרצן.

דער סאַמע באַקאַנטער ייִדישער טעקסט אינעם עפּישן זשאַנער איז „בבֿא דאַנטונא‟, אַן איבערטײַטשונג פֿון אַן איטאַליענישער פּאָעמע, װאָס באַזירט זיך אױפֿן ענגלישן מקור. דער דאָזיקער טעקסט איז אַרײַן אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע װי „באָװע־בוך‟. זײַן מחבר איז געװען דער באַרימטער דיכטער אליהו בחור, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין דײַטשלאַנד, אָבער פֿאַרבראַכט דאָס רובֿ פֿון זײַן לעבן אין איטאַליע, װוּ ער האָט זיך געחבֿרט מיט פֿאַרשידענע קריסטלעכע דענקער און געלערנטע. פֿרײקס האַלט, אַז „בבֿא דאַנטונא‟ איז אינטערעסאַנט, דער עיקר, צוליב דעם מחברס פּערזענלעכקײט און דעם עצם פֿאַקט, װאָס עס איז פֿאַרפֿאַסט אױף ייִדיש. אָבער װאָס שײך דער דיכטערישער קװאַליטעט פֿונעם דאָזיקן װערק, איז עס גאַנץ באַשײדן.

דאָס עכטע מײַסטערװערק פֿונעם װעלטלעכן עפּאָס איז „פּאַריז און װיענה‟, אַ ליבע–געשיכטע אין פֿערזן, װאָס שטאַמט פֿון אליהו הבחורס סבֿיבֿה אין צפֿון־איטאַליע. דער ייִדישער נוסח פֿאַרמאָגט דראַמאַטישע דינאַמיק, פּאָליטישע חכמה און הומאָריסטישע עלעגאַנץ, זאָגט פֿרײקס. דער טראָפּ אױף דער ראָמאַנטישער ליבע איז געװען גאַנץ נײַ פֿאַר דיר ייִדישער ליטעראַטור, און דערצו נאָך באַװײַזט זיך דאָ, צום ערשטן מאָל, אַ פֿולבלוטיקע און שטאַרק־װיליקע װײַבערישע געשטאַלט. דער פֿראַנצױזישער פֿאָרשער זשאַן באַומגאַרטען האָט פֿאָרגעלײגט אַן אָריגינעלע אױסטײַטשונג פֿונעם דאָזיקן װערק װי אַ מיסטישע אַלעגאָריע פֿון גלות און גאולה; ישׂראל צינבערג האָט להיפּוך באַטאָנט דעם רעאַליסטישן כאַראַקטער פֿון דער מעשׂה; אָבער אַלע פֿאָרשער זײַנען אײנשטימיק, אַז דאָס איז דאָס בעסטע װערק פֿון דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור.

פּראָפֿעסאָר פֿרײקס איז שוין לאַנג באַקאַנט מיט זײַנע גרונדיקע פֿאָרשונגען און אױסגאַבעס פֿון דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור. לײדער, איז דאָס דאָזיקע געביט ניט זייער פּאָפּולער אין אַמעריקע, און דאָס מאַכט די נײַע אַנטאָלאָגיע נאָך מער װערטפֿול און װיכטיק פֿאַר אַלע, װאָס אינטערעסירן זיך מיט דער ייִדישער קולטור־געשיכטע.