ייִדיש־וואָך 2014: קינדער־פּיעסע און אינטערוויו

Yiddish Week 2014: Children‘s Play and Interview

Benna Kessler

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 24, 2014, issue of September 12, 2014.

יעדעס יאָר אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ קומט פֿאָר אַ „טאַלענטאַרניע‟, דאָס הייסט, אַן אָוונט, אין וועלכן די ייִדיש־וואָכניקעס קענען באַווײַזן זייערע טאַלאַנטן פֿאַרן גאַנצן עולם.

הײַיאָר האָבן די קינדער־גרופּעס פֿאָרגעשטעלט אַן אָריגינעלע פּיעסע ווי אַ טייל פֿון דער טאַלענטאַרניע. די פּיעסע האָט אָנגעשריבן די 12־יעריקער עטעלע ניבאָרסקי פֿון ישׂראל. עטעלע, כאָטש אַ געבוירענע אינעם 21סטן יאָרהונדערט, איז שוין ניט קיין פּנים־חדשות אין דער ייִדישער ליטעראַטור: צו זעקס יאָר האָט זי געמאַכט איר ליטעראַרישן דעביוט אויף די שפּאַלטן פֿון „ווײַטער‟, אַ פּובליקאַציע פֿאַר סטודענטן וואָס לערנען זיך ייִדיש, וואָס עס פֿלעגט אַרויסגעבן דער „פֿאָרווערטס‟. פֿאַראַיאָרן האָט זי געוווּנען אַ ייִדישן שרײַבער־קאָנקורס, וואָס די אָרגאַניזאַציע „יוגנטרוף‟ האָט דורכגעפֿירט ווי אַ טייל פֿונעם נײַסטן נומער פֿון איר זשורנאַל.

ווי אַ סך פֿון עטעלעס דערציילונגען האָט די פּיעסע, מיטן נאָמען „ווײַס־שנייעלע אין דער מאָדערנער צײַט‟ זיך באַנוצט מיט פֿאָלקלאָרישע מאָטיוון פֿון קינדער־מעשׂיות ווי אַ מיטל צו קריטיקירן די הײַנטיקע וועלט אויף אַ סאַטירישן אופֿן. אין דעם פֿאַל האָט די פּיעסע באַהאַנדלט די נעגאַטיווע ווירקונגען פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע אויפֿן טאָג־טעגלעכן לעבן.

כּמעט יעדעס מאָל וואָס איך בין פֿאַרבײַגעגאַנען די קינדער־זאַלן האָבן די קינדער געהאַלטן אין איין רעפּיטירן די שפּיל. ממש אַ גאַנצע וואָך האָבן די קינדער געאַרבעט אויף וווּ מע זאָל שטיין בעת אַ געוויסער סצענע, ווי אַזוי מע זאָל אַרויסרעדן אַ שורה פֿונעם טעקסט און אויף אַנדערע קלייניקע פּיטשעווקעס פֿון דער פֿאָרשטעלונג.

אָט זעט איר עטלעכע אויסצוגן פֿון דער שפּיל:



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.