ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

רביצין מלכּה לייפֿער
רביצין מלכּה לייפֿער

פֿון שרה זילבערמאַן

Published August 25, 2014, issue of September 12, 2014.

רביצין באַשולדיקט אין האָבן באַגאַנגען סעקסועלע מיסברויכן קעגן תּלמידות

רביצין מלכּה לייפֿער איז אַרעסטירט געוואָרן אין מדינת־ישׂראל אַכצן חדשים נאָך דעם ווי די אויסטראַלישע פּאָליציי האָט צום ערשטן מאָל געבעטן בײַ דער ישׂראלדיקער פּאָליציי, אַז זי זאָל צוריקגעשיקט ווערן קיין מעלבורן. רביצין לייפֿער ווערט באַשולדיקט אין באַגיין סעקסועלע מיסברויכן קעגן תּלמידות פֿון דער „עדות־ישׂראל‟־טאָגשול אין מעלבורן, בעת זי האָט געדינט ווי די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער שול פֿון 2004 ביז 2008. רביצין לייפֿער איז אַנטלאָפֿן פֿון מעלבורן איידער די פּאָליציי האָט באַוויזן צו רעדן מיט איר וועגן די באַשולדיקונגען, און האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל צוזאַמען מיט איר מאַן און זייערע קינדער אין 2008.

עס איז נאָך נישט זיכער, צי די מעלבורנער פּאָליציי וועט רעדן מיט די פֿאָרשטייער פֿון דער „עדות־ישׂראל‟־טאָגשול וועגן זייער ראָלע בײַם וואָרענען די רביצן לייפֿער, זי זאָל גלײַך פֿאַרלאָזן אויסטראַליע. די גרופּע „צדק‟, וואָס רעדט אין נאָמען פֿון די ייִדן, וועלכע האָבן קינדווײַז געליטן סעקסועלע מיסברויכן, האָט אויסגעדריקט די האָפֿענונג, אַז די פּאָליציי וועט אויספֿאָרשן די, וועלכע האָבן געהאָלפֿן די לייפֿערס צו פֿאַרלאָזן אויסטראַליע. אַ טייל געוועזענע תּלמידות פֿון דער „עדות־ישׂראל‟־טאָגשול קלאָגן אָן די שול און איר אָנפֿירערשאַפֿט אין ציוויל־געריכט פֿאַר נישט פֿאַרטיידיקן זיי קעגן סעקסועלע מיסברויכן.

דער פּרעמיער־מיניסטער טאַדלט אָנפֿאַלן אויף אויסטראַלישע ייִדן

טאָני עבאָט, דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון אויסטראַליע, האָט זיך געטראָפֿן מיט די פֿאָרשטייער פֿון דער עטנישער מעדיאַ אין מעלבורן די וואָך. ער האָט שטאַרק געטאַדלט פֿיר פֿאַלן פֿון אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען אין מעלבורן, סידנעי און פּערט במשך פֿון דער צווייטער עזה־מלחמה. די יוגנטלעכע, וועלכע זײַנען באַפֿאַלן הרבֿ אַבֿרהם־שלום האַלבערשטאַם, אַ גאַסט פֿון אויסלאַנד, אין פּערט, זײַנען אינטערוויויִרט געוואָרן דורך דער פּאָליציי און זײַנען גלײַך באַפֿרײַט געוואָרן. קיינער איז דערווײַל נישט אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר וואַנדאַליזירן די פּערטער „כּרמל‟־טאָגשול מיט אַנטיסעמיטישע לאָזונגען.

די צוויי מענער, וועלכע זײַנען באַפֿאַלן זעק גאָמאָ אויף דער גאַס אין אַ מעלבורנער ייִדישער געגנט, זײַנען נאָך נישט אַרעסטירט געוואָרן. פֿינף פֿון די זעקס שיכּורע יוגנטלעכע, וועלכע האָבן געסטראַשעט צו קוילען ייִדישע תּלמידים און תּלמידות אויף אַ סידנעיער אויטאָבוס, זײַנען אַרעסטירט געוואָרן, נאָר זיי זײַנען גלײַך איבערגעגעבן געוואָרן צו זייערע עלטערן. אַ ריזיקער פּלאַקאַט, וואָס פֿאַרגלײַכט די רעגירונג פֿון מדינת־ישׂראל מיט דער אַפּאַרטהײַט רעגירונג אין דרום־אַפֿריקע איז לעצטנס אַנטהילט געוואָרן אויף אַ גרויסער מעלבורנער שאָסיי. דער פּרעזידענט פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע פֿון אויסטראַליע האָט אויסגעדריקט די מיינונג, אַז דער פֿאַרגלײַך פֿון דער לאַגע פֿון פּאַלעסטינער אָדער אין מדינת־ישׂראל, אָדער אין עזה מיט דער לאַגע פֿון אַפֿריקאַנער אין דרום-אַפֿריקע אונטער אַפּאַרטהײַט, איז אַ באַליידיקונג פֿאַר די אַפֿריקאַנער און זייערע לײַדן.

מעלבורנער ייִדישע טאָגשול ווערט עוואַקויִרט

די מעלבורנער ייִדישע טאָגשול, די „דוד המלך‟־שול, אַ טייל פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג אין אויסטראַליע, איז אויסגעליידיקט געוואָרן נאָך דעם ווי איר זיכערהייט-דינסט האָט באַמערקט אַן אויטאָ, וואָס איז געווען שלעכט פּאַרקירט אויף דער גאַס פֿאַר איינעם פֿון דער שולס דרײַ קאַמפּוסן. אַ פּעקל איז געלעגן אינעם אויטאָ, און די שול האָט אַרויסגערופֿן די פּאָליציי, וועלכע זײַנען געקומען מיט אַ ספּעציעלן ראָבאָט, וואָס האָט קאָנטראָלירט דעם אויטאָ און דאָס פּעקל. צום סוף, האָט די פּאָליציי באַשלאָסן, אַז אַלץ איז אין אָרדענונג און די תּלמידים, תּלמידות, לערער און לערערינס זײַנען צוריק אַרײַן אין שול. אַבֿיגדור ליבערמאַן וועט נישט באַזוכן אויסטראַליע אין חודש אויגוסט

דרײַ טעג נאָך דעם ווי דער ציוניסטישער ראַט פֿון וויקטאָריע און די ציוניסטישע פֿעדעראַציע פֿון אויסטראַליע האָבן אַרויסגעשיקט פֿאַרבעטונגען אויף אַ פּריוואַטער אונטערנעמונג מיטן ישׂראלדיקן אויסערן-מיניסטער אין מעלבורן, האָט ליבערמאַנס ביוראָ געמאָלדן, אַז ער וועט נישט באַזוכן אויסטראַליע די וואָך. פֿאָרשטייער פֿון די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אויסגעדריקט זייער אַנטוישונג, אַז דער וויזיט איז אָפּגערופֿן געוואָרן, כאָטש זיי האָבן אויסגעדריקט פֿאַרשטענדעניש און די האָפֿענונג, אַז ליבערמאַן וועט באַווײַזן צו באַזוכן אויסטראַליע אין דער נאָענטער צוקונפֿט.

אָנפֿאַל אויפֿן געשעפֿטס-ביוראָ פֿון אַ ישׂראלדיקער פֿירמע

אַ גרופּע פֿון צוואַנציק מאַן איז באַפֿאַלן די מעלבורנער ביוראָען פֿון דער ישׂראלדיקער פֿירמע „עלביט‟, וואָס אַרבעט בײַ עלעקטראָניק. זיי האָבן פֿאַרשלאָסן דעם פּלאַץ מיט אייגענע שלעסער בעת זיבן זײַנען געקראָכן אויפֿן דאַך, וווּ זיי האָבן אויפֿגעהאָנגען אַ טראַנספּאַראַנט, וואָס באַשולדיקט די פֿירמע אין באַגיין מאָרדן אין עזה, כאָטש דער מעלבורנער צווײַג פֿון דער פֿירמע אַרבעט מיט מיטן אויסטראַלישן מיליטער און נישט מיט צה”ל. די זיבן זײַנען שפּעטער אַרעסטירט געוואָרן. פֿאָרשטייער פֿון לאָקאַלע ייִדישע און ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס האָבן געטאַדלט דעם איבערפֿאַל.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.