דאָס שטעטל — דער אימאַזש און די ווירקלעכקייט

The Shtetl — Image vs. Reality

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published August 27, 2014, issue of September 12, 2014.

אױף ענגליש איז דאָס װאָרט „שטעטל‟ אָנגעלאָדן מיט ביז גאָר פֿאַרשידענע באַטײַטן. פֿאַר סאָציאַלע היסטאָריקער איז דאָס אַן אײגנאַרטיקע פֿאָרעם פֿון ייִשובֿ אין מיזרח־אײראָפּע, װוּ ייִדן האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע װי פֿאַרמיטלער צװישן די פּױערים און דער גרעסערער אַרומיקער װעלט. פֿאַר ליטעראַטור־פֿאָרשער איז דאָס אַ מיטאָלאָגישע קאָנסטרוקציע, אַ מין „ייִדישע מלוכה‟ אָדער „ירושלים אין גלות‟, דאָס הײסט, אַן אידעאַלער מקום, װאָס איז געשאַפֿן געװאָרן דורך דעם נאָסטאַלגישן כּוח־הדמיון פֿון ייִדישע שרײַבער און קינסטלער. פֿאַר די חסידים איז דאָס שטעטל אַ גײַסטלעך הײמלאַנד, װוּ עס האָט אַ מאָל געװױנט זײער רבי, און װאָס זײער שיטה בלײַבט מיט זיי עד־היום — פֿון קאָצק צי בעלז, ליובאַװיטש צי סאַטמאַר. פֿאַר ייִדישיסטן איז דאָס שטעטל אַ שטיקל ייִדישלאַנד, װוּ אַלע, סײַ די ייִדן סײַ די אומות־העולם, האָבן גערעדט ייִדיש.

מיט דער מפּלה פֿון דער קאָמוניסטישער דיקטאַטור איז דאָס אַמאָליקע שטעטל־לאַנד געװאָרן צוטריטלעך פֿאַר טוריסטן און פֿאָרשער, און דער אינטערעס צום שטעטל האָט באַקומען אַ נײַעם אימפּעט. מען האָט אַנטדעקט, אַז דאָס שטעטל איז נאָך ניט אין גאַנצן אַװעק אין דער אײביקײט, און אַז מען קאָן נאָך אַלץ זאַמלען װיכטיקע מאַטעריאַלן װעגן דעם אַמאָליקן לעבן אױפֿן אָרט. די אױפֿלעבונג פֿונעם אינטערעס צו דעם שטעטל האָט גורם געװען אַ גאַנצן שטראָם פֿון אױסשטעלונגען, קאָנפֿערענצן, פֿאָרשונגען, ראָמאַנען און פֿילמען. אין ישׂראל האָט מען זיך אַפֿילו גענומען בױען אַ מין שטעטל־מוזײ, הגם דער דאָזיקער פּראָיעקט איז נאָך װײַט פֿון רעאַליזירן.

דאָס נײַע בוך „שטעטל: אַ װערנאַקולאַרע אינטעלעקטואַלע געשיכטע‟ פֿון פּראָפֿעסאָר דזשעפֿרי שאַנדלער איז אַ פּרוּװ צו אַנטפּלעקן דעם פֿילזײַטיקן תּוך פֿונעם דאָזיקן באַגריף. אױף ייִדיש, דאַכט זיך, איז דאָס גאַנץ קלאָר: דאָס װאָרט „שטעטל‟ איז פּשוט אַ דימינוטיװ פֿונעם װאָרט „שטאָט‟, דאָס הײסט, אַ שטעטל איז אַ קלײנע שטאָט. אָבער װען דאָס דאָזיקע װאָרט באַװײַזט זיך אין אַן אַנדער שפּראַך, באַקומט עס אַ היפּשע צאָל צוגאָב־באַטײַטן. אױף ענגליש מײנט „shtetl‟ אַ סך מער װי „שטעטל‟ אױף ייִדיש, װײַל עס טראָגט אין זיך אַ היפּשן קולטורעלן און עמאָציאָנעלן באַגאַזש פֿון נאָסטאַלגיע, חורבן, עקזאָטיק, רוחניות און אַנדערע אַזעלכע אַסאָציאַציעס.

שאַנדלער הײבט אָן זײַן בוך מיט אַ קורצן און זאַכלעכן היסטאָרישן איבערזיכט פֿון דער שטעטל־געשיכטע, װי אַ „פֿענאָמען‟ און װי אַ „באַגריף‟. ער באַמערקט, אַז דאָס רובֿ װיכּוחים אַרום דער שטעטל–טעמע דרײען זיך אַרום דעם חילוק צװישן דעם „אימאַזש‟ און דער „װירקלעכקײט‟, דעם אױסגעטראַכטן שטעטל פֿון ליטעראַטור, קונסט, זכרונות און קינאָ, און דעם „אמתדיקן‟, דאָקומענטירטן שטעטל פֿון היסטאָרישע פֿאַקטן און סטאַטיסטיק. לױט שאַנדלערס מײנונג, דאַרף מען מאַכן אַ שריט װײַטער און אַ פּרוּװ טאָן צו בילדן אַ סינטעטישן באַגריף, װאָס זאָל פֿאַראײניקן בײדע אַספּעקטן, נעמענדיק, אַװדאי, אין באַטראַכט די חילוקים צװישן זײ.

װי אַזױ זשע קומט די קאַץ איבערן װאַסער? אױף דעם איז פֿאַראַן אַ סגולה־װאָרט: „װערנאַקולאַריטעט‟. די צרה איז, װאָס דער מחבר דערקלערט ניט מיט קלאָרע דיבורים, װאָס ער מײנט. אױפֿן פּראָסטן לשון הײסט „װערנאַקולאַר‟ סתּם אַ גערעדטע שפּראַך, װאָס מען נוצט אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן, װי ייִדיש אינעם שטעטל. און אַזױ פֿלעגט מען אױך נוצן דאָס װאָרט „שטעטל‟ אױף ייִדיש כּל־זמן דאָס איז געװען אַ טײל פֿון דער טאָג־טעגלעכער רעאַליטעט.

צי קאָן מען זיך אומקערן צו אָט דעם אָנגעװױרענעם פּשטות און װידער מאַכן דאָס שטעטל אַ טײל פֿון אונדזער „װערנאַקולאַר‟, איצט שױן אױף ענגליש, העברעיִש אָדער רוסיש? און װי אַזױ קאָן מען מחיה־מתים זײַן אָט די אַמאָליקע „װערנאַקולאַריטעט‟ פֿונעם שטעטל, װאָס איז מער ניט קײן טײל פֿון אונדזער רעאַליטעט? דער מחבר האָט געװידמעט אַ פּאָר זײַטן דער דאָזיקער טעמע, אָבער זײַן האַרבע אַקאַדעמישע עבֿרי איז גאַנץ שװער צו צעקײַען. דאָס איז װײַט ניט קײן „װערנאַקולאַרנע‟ שפּראַך פֿאַרן ברײטן לײענערישן עולם.

חוץ אָט די עטלעכע טעאָרעטישע חקירות מיט דער קריטיק פֿונעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון דער שטעטל־פֿאָרשונג, לאָזט זיך דאָס בוך לײענען מיט אינטערעס, בפֿרט די פּרטימדיקע היסטאָרישע איבערזיכטן פֿון שטעטל־פֿאָרשונגען און פֿון פֿאַרשידענע פֿאָרשטעלונגען פֿונעם שטעטל אין ליטעראַטור, קונסט און פֿילם. אַזױ אַרום באַקומט מען זײער אַ ניצלעכן װעגװײַזער אין דער װעלט פֿון שטעטל–שטודיעס, װאָס פּאַסט זיך זײער גוט צו צו דער נײַער סעריע „שליסל–װערטער אין ייִדישע לימודים‟. אָבער דערבײַ דאַרף מען האָבן אין זינען, אַז דאָס איז אַ בוך דװקא װעגן דעם באַגריף, ניט װעגן דעם שטעטל גופֿא. אױב מען אינטערעסירט זיך מיט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿונעם שטעטל, מחוץ זײַן „װערנאַקולאַריטעט‟, אַזעלכע װי דער עקאָנאָמישער שטײגער, קולטור, רעליגיע, אַרכיטעקטור און אַנדערע ענלעכע זאַכן, איז כּדאַי אָנהײבן פֿון פּראָפֿעסאָר שמואל קאַסאָװס אַרטיקל אין דער „ייִװאָ־ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדן אין מיזרח־אײראָפּע‟, און פֿאָלגן װײַטער לױט דער ביבליאָגאַפֿישער רשימה.