זאָרג וועגן זיכערהייט פֿון תּלמידים אונטער ראַקעט־אַטאַקן

Worry About Student Safety Under Rocket Fire

דער בילדונג־מיניסטער שי פּירון (אין מיטן) מיט די בירגער־מײַסטער פֿון די שטעט און שטעטלעך אין דרום־ישׂראל, מאָנטיק, דעם 25סטן אויגוסט
Courtesy Education Ministry
דער בילדונג־מיניסטער שי פּירון (אין מיטן) מיט די בירגער־מײַסטער פֿון די שטעט און שטעטלעך אין דרום־ישׂראל, מאָנטיק, דעם 25סטן אויגוסט

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 27, 2014, issue of September 12, 2014.

דער בילדונג־מיניסטער שי (שײַ) פּירון און די גענעראַל־מיניסטאָרין מיכל כּהן האָבן מאָנטיק זיך געטראָפֿן מיט די בירגער־מײַסטער פֿון די שטעט און שטעטלעך אויף דער גרענעץ מיט עזה, כּדי אַרומצורעדן דאָס נײַע שול־יאָר, וואָס דאַרף זיך אָנהייבן דעם 1טן סעפּטעמבער.

„דער זיכערהייט פֿון די ישׂראלדיקע תּלמידים איז אונדזער העכסטע פּריאָריטעט — האָט פּירון דערקלערט — און דער בעסטער אופֿן דאָס צו טאָן איז, אַז דער מיניסטעריום און די מוניציפּאַליטעטן זאָלן אַרבעטן אין איינעם צו מאַכן באַשלוסן וועגן אָנהייבן דאָס שול־יאָר לויט די תּקנות פֿון דער „היימפֿראָנט־קאָמאַנדע‟.

דער פֿאָרזיצער פֿונעם שטאָטראַט פֿון אשכּול, חיים יעלין, האָט געזאָגט, אַז ער וועט עפֿענען די שולן מאָנטיק, ווי פּלאַנירט. „מיר ווילן גיבן די עלטערן די מעגלעכקייט פֿון שיקן זייערע קינדער אין די קלאַסן, אויב זיי ווילן,‟ האָט ער באַטאָנט.

אָבער דער בירגערמײַסטער פֿון אַשקלון, איתמר שמעוני, וועלכער האָט שוין פֿריִער זיך אָפּגעזאָגט צו עפֿענען די שולן, האָט איבערגעחזרט זײַן באַשלוס: „אַזוי לאַנג ווי מע שיסט ווײַטער ראַקעטן פֿון עזה, וועלן מיר נישט עפֿענען די שולן אין אַשקלון.‟

ווען שמעוני האָט געפֿאָדערט בײַ פּירון אַן ענטפֿער וועגן דעם זיכערהייט־ענין, האָט פּירון געענטפֿערט: „איך בין בלויז דער בילדונג־מיניסטער, קען איך בלויז ענטפֿערן אויף פֿראַגעס וועגן בילדונג.‟ אַן אויפֿגעבראַכטער, האָט שמעוני תּיכּף פֿאַרלאָזט די זיצונג.

אשכּול און זײַנע קאָלעגעס האָבן געזאָגט, אַז זיי ווילן פֿאַרקירצן דעם מאַרשרוט פֿון די שול־אויטאָבוסן און רעדוצירן די צאָל קינדער, וואָס פֿאָרן אין אַן אויטאָבוס. דער בילדונג־מיניסטעריום האָט מסכּים געווען. די פֿראַגע, צי סאָלדאַטן זאָלן באַגלייטן די אויטאָבוסן איז נישט באַשלאָסן געוואָרן.

די בירגער־מײַסטער האָבן אויך געזאָגט, אַז זיי דאַרפֿן מער אַסיסטענטן אין דער פֿאָרשול, צו העלפֿן פֿירן די קינדערלעך אין אַ מקום־מיקלט אינעם פֿאַל פֿון אַ ראַקעטן־סירענע. כּהן האָט צוגעזאָגט צו באַזאָרגן די שולן מיט נאַציאָנאַלע וואָלונטירן, סאָלדאַטן־לערער אָדער סטודענטן פֿון די מיליטערישע אַקאַדעמיעס פֿאַר דעם צוועק. זי האָט אויך צוגעזאָגט מער פֿאָנדן אָנצושטעלן עקספּערטן פֿון פּסיכישן געזונט און צונויפֿצושטעלן פּראָגראַמען, וואָס העלפֿן אויסשפּאַנען די תּלמידים.

דער מיניסטעריום האָט געזאָגט, אַז מע באַטראַכט אויך די מעגלעכקייטן פֿון לערנען פֿון דער ווײַטנס, ווי, למשל, דורך דער אינטערנעץ, בפֿרט אין די ייִשובֿים וועלכע ווערן אָפֿט באַשאָסן דורך ראַקעטן.