חסידישע פֿרויען־קליידער און מאַזאָכיסטישע פֿאַנטאַזיעס

Hasidic Women’s Dresses and Masochistic Fantasies

אַן עפּיזאָד פֿון ראָמאַן פּאָלאַנסקיס נײַעם פֿילם
אַן עפּיזאָד פֿון ראָמאַן פּאָלאַנסקיס נײַעם פֿילם

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 28, 2014, issue of September 12, 2014.

אין די לעצטע פּאָר יאָר, איז אין דער צפֿון־אַמעריקאַנער פּרעסע, ווי אויך אינעם קינעמאַטאָגראַף געוואָרן פּאָפּולער די טעמע פֿון חסידים, אָפֿט פֿאַרבונדן מיט סעקסועלע סקאַנדאַלן און דיסקוסיעס אויף עראָטישע טעמעס. אַ באַזונדערן אויפֿמערק ציִען צו די חסידישע אָדער געוועזענע חסידישע פֿרויען, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט זייער קהילה און שטאָלצירן מיטן נײַעם וועלטלעכן לעבנס־שטייגער.

אַ סך שילדערונגען זענען היפּש נעגאַטיוו. מיט דרײַ חדשים צוריק, האָט עזרא גלינטער דערציילט אינעם Forward, אַז לעצטנס האָט זיך געשאַפֿן אַ גאַנצער זשאַנער פֿון „אָפּגעפֿאָרענער‟ ליטעראַטור וועגן געוועזענע פֿרומע פֿרויען. אַ גרויסן טייל אינעם דאָזיקן זשאַנער פֿאַרנעמט די טעמע פֿון דעם, ווי די דאָזיקע פֿרויען האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון סעקסועלע דערנידערונגען און באַגרענעצונגען. די חסידישע קליידער ווערן, לויט די דאָזיקע סטערעאָטיפּישע שילדערונגען, באַטראַכט ווי אומסעקסועלע.

די סטאַטוע פֿון לעאָפּאָלד פֿאָן זאַכער־מאַזאָך אין לעמבערג
Wikimapia
די סטאַטוע פֿון לעאָפּאָלד פֿאָן זאַכער־מאַזאָך אין לעמבערג

צומאָל האָבן די נײַע מעשׂיות ממש אַן אַנעקדאָטישן כאַראַקטער. מיט אַ חודש צוריק, האָט די צײַטונג „ניו־יאָרק פּאָסט‟ דערציילט וועגן אַ געוויסער 23־יאָריקער געוועזענער סאַטמאַרער פֿרוי, בריינדי ראָזענבערג, וועלכע איז פֿאַרוווּנדעט געוואָרן, נעבעך, פֿאָרנדיק איבער דער בריק צווישן קווינס און ברוקלין; די וווּנדן זענען נישט געווען סכּנותדיק.

די געליטענע פֿרוי פֿאַרנעמט זיך במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר מיטן פֿאַרשפּרייטן אירע האַלב־נאַקעטע פּראָוואָקאַטיווע פֿאָטאָגראַפֿיעס אויף דער אינטערנעץ, אַרום וועלכע עס האָט זיך געשאַפֿן אַ קרײַז פֿון אַ פּאָר טויזנט צוקוקער און ליבהאָבער. די באַקאַנטע חרדישע וועבזײַט „כּיכּר השבת‟ האָט געמאָלדן, אַז דער אומגליק־פֿאַל איז געווען אַ שטראָף מן־השמים פֿאַר אירע אומצניעותדיקע מעשׂים.

די „פּאָסט‟ האָט איבערדערציילט די מעשׂה אין איר געוויינטלעכן נאַרישן און וווּלגאַרן סטיל. די העלדין פֿון די געשעענישן ווערט געשילדערט אינעם קעפּל ווי „אַ סעקסועל־צוציִעוודיקע געוועזענע חסידישע פֿרוי‟. עס באַקומט זיך, אַז סײַ די פֿרומע פֿאַרדאַמער, סײַ די זשורנאַליסטן, אַסאָציִיִרן צוציִעוודיקייט דווקא מיט נאַקעטקייט.

נו, לאָמיר זשע אַרײַנקוקן אין ראָזענבערגס וועבזײַטלעך, אויב זי איז אַזוי „צוציִעוודיק‟. כּדי צו שאָקירן דעם פֿרומען עולם, טוט זי זיך כּסדר אָן אין מענערישער בגדים; אויף איין בילד, פֿאָטאָגראַפֿירט זי זיך מיט די תּפֿילין אויפֿן קאָפּ און אויפֿן לינקן פֿוס. מיט דער הילף פֿון אַזעלכע וווּלגאַרע שטיק קאָן מען זיכער קריגן גענוג שׂונאים אין דער פֿרומער וועלט, אָבער דאָס אויסטאָן זיך, כּדי צו פֿאַרחידושן געוויסע חסידישע הולטײַען, וואָס שיקן איר קאָמענטאַרן אויף ייִדיש. איז עס אָבער אַ סימן פֿון צוציִעוודיקייט? שוין גיכער פֿון עלנטקייט און אומפֿאַרזיכערטקייט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.