28,000 דאָלאַר פֿאַרן פֿאַרשוווּנדענעם בחור

$28,000 Reward for Missing Yeshiva Student

אַהרן סופֿר, דער פֿאַרשוווּנדענער לייקוווּדער בחור
אַהרן סופֿר, דער פֿאַרשוווּנדענער לייקוווּדער בחור

פֿון ייִט״אַ

Published August 28, 2014, issue of September 12, 2014.

די משפּחה פֿונעם 23־יאָריקן ישיבֿה־בחור, אַהרן סופֿר, וועלכער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אינעם ירושלימער וואַלד, האָט פֿאָרגעלייגט אַ באַלוינונג פֿון 28,000 דאָלאַר פֿאַרן געפֿינען אים.

פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק, דעם 22סטן אויגוסט, מיטאָג־צײַט, האָט דער פֿאַרשוווּנדערער בחור זיך געלאָזט גיין באַרג־אַראָפּ אויף אַ סטעזשקע אינמיטן דעם וואַלד. מיט עטלעכע שעה שפּעטער, ווען ער האָט זיך נישט אומגעקערט, האָט זײַנער אַ חבֿר אַרויסגערופֿן די פּאָליציי. דינסטיק, דעם 26סטן אויגוסט, האָבן די עלטערן, חולדה און משה, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף די סאָציאַלע נעצן אַ ווידעאָ, בעטנדיק צו געפֿינען זייער זון. ווי אַ באַלוינונג, האָבן זיי פֿאָרגעלייגט 100,000 שקל אָדער 28 טויזנט דאָלאַר.

דער טאַטע האָט באַדאַנקט די פּאָליציי פֿאַר די „אומדערמידלעכע זוכענישן אויף אַלע פֿראָנטן‟, ווי אויך דעם אַמעריקאַנער קאָנסולאַט, די „עף־בי־אײַ‟ און „זק״א‟, וואָס פּרוּוון אויך צו געפֿינען דעם בחור. די פֿרומע ייִדן אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי, האָבן אָרגאַניזירט דאָס תּהילים־זאָגן לטובֿת דעם פֿאַרשוווּנדענעם. די מאַמע האָט מיט טרערן אין די אויגן עטלעכע מאָל איבערגעחזרט די ביטערע בקשה צו געפֿינען איר זון.

די וועבזײַט „כּיכּר־השבת‟ האָט איבערגעגעבן, אַז דינסטיק אין אָוונט, האָט רחל פֿרענקעל, די מאַמע פֿון נפֿתּלי פֿרענקעל, איינער פֿון די ישׂראלדיקע ישיבֿה־בחורים, וואָס זענען פֿאַרכאַפּט און דערמאָרדעט געוואָרן אין יוני, זיך געטראָפֿן מיט דער משפּחה סופֿר. דעם זעלבן טאָג, האָט קריס סמיט, דער רעפּובליקאַנער סענאַטאָר פֿון ניו־דזשערזי, איבערגעגעבן, אַז דער אַמעריקאַנער גענעראַל־קאָנסולאַט אין ישׂראל אַרבעט אַקטיוו צוזאַמען מיט דער ישׂראלדיקער פּאָליציי און רעגירונג.

סמיט האָט באַמערקט, אַז דער ירושלימער וואַלד איז נישט קיין גרויסע געגנט; אויב דער פֿאַרשוווּנדענער איז נאָך אַלץ דאָרטן, וועט מען „איבערקערן יעדן שטיין‟ און, האָפֿנטלעך, אים געפֿינען. מיט אַ טאָג פֿריִער, האָט דער סענאַטאָר אָפּגעשיקט אַ בריוו צום אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר, דזשאָן קערי, בעטנדיק זיך צו באַמיִען אויף אַלע מעגלעכע אופֿנים אין די זוכענישן.