ערד־וויבראַציעס ווי אַ מיטל צו געפֿינען עזה־טונעלן

Using Seismic Vibrations to Detect Gaza Tunnels

אַ געוועזענער טונעל אין רפֿיח, צעשטערט בעת דער אַנומלטיקער מלחמה אין עזה.
Abed Rahim Khatib/Flash90
אַ געוועזענער טונעל אין רפֿיח, צעשטערט בעת דער אַנומלטיקער מלחמה אין עזה.

פֿון בען סיילז (ייִט״אַ)

Published August 28, 2014, issue of September 12, 2014.

אַ קליינער מכשיר, וואָס זעט אויס ווי אַ סאָדע־פּושקע, קאָן העלפֿן צו געפֿינען די נעץ פֿון טונעלן, וואָס „כאַמאַס‟ האָט געשאַפֿן אונטער דער גרענעץ פֿונעם עזה־פּאַס. דער דאָזיקער אַפּאַראַט, וואָס הייסט אַ „געאָפֿאָן‟, קאָן באַמערקן די אונטערערדישע וויבראַציעס. די ישׂראלדיקע שוץ־פֿירמע „עלפּאַם עלעקטראָניקס‟ גלייבט, אַז מיט דער הילף פֿון איר מכשיר קאָן מען דערהערן, ווען עמעצער קריכט אין אַ טונעל, וואָס געפֿינט זיך ביז 32 פֿוס טיף אין דער ערד.

די סכּנה פֿון די טעראָריסטישע טונעלן עקזיסטירט שוין לאַנג אין ישׂראל, אָבער איז געוואָרן באַזונדערס אַקטועל לעצטנס, נאָך דער אַנומלטיקער מיליטערישער אָפּעראַציע, בעת וועלכער די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט צעשטערט 32 באַהאַלטענע אונטערערדישע סטרוקטורן. די ישׂראלדיקע פֿאָרש־אַגענטורן באַטראַכטן איצט, ווי אַזוי מע קאָן געפֿינען די איבעריקע טונעלן דורך טעכנאָלאָגישע מיטלען. לויט אַ צאָל נײַעס־קוואַלן, פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאָרשונגען אינעם דאָזיקן געביט, אַחוץ דער דערמאָנטער קאָמפּאַניע, אויך די פֿירמע „רפֿאל‟ פֿאַר אַנטוויקלטע שוץ־טעכנאָלאָגיעס, און די פֿירמע „עלביט סיסטעמס‟.

„עלפּאַם‟ האָט מסכּים געווען צו ווײַזן דער ייִט״אַ, ווי אַזוי זייער טעכנאָלאָגיע פֿונקציאָנירט. איקי קעניג, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער פֿירמע, האָט איבערגעגעבן, אַז זיי קלײַבן זיך צו באַגראָבן הונדערטער אַזעלכע מכשירים אַרום דער גרענעץ פֿונעם עזה־פּאַס. במשך פֿון די קומענדיקע חדשים, פּלאַנירט מען צו שאַפֿן אַן אויפֿזיכט־סיסטעם, וואָס וועט אַנאַליזירן די סיגנאַלן פֿון די סענסאָרס, צי זיי זענען אַ סימן פֿון מענטשלעכע באַוועגונגען אין די טונעלן, און באַשטימען דאָס אָרט, פֿונוואַנען עס פֿאַרשפּרייטן זיך די אונטערערדישע קלאַנגען.

קעניג האָט דערקלערט, אַז די מכשירים זענען זייער סענסיטיווע. למשל, ווען עמעצער וואָלט געגראָבן אין דער ערד מיט אַ לעפֿל, וואָלט עס מיט דער הילף פֿון אַ „געאָפֿאָן‟ געקלונגען ווי דער הויכער רעש פֿון אַ בולדאָזער.

לכתּחילה, האָט די פֿירמע געשאַפֿן די דאָזיקע מכשירים אינעם יאָר 1988, כּדי צו העלפֿן די ראַטירער צו געפֿינען די לעבן־געבליבענע אונטער אײַנגעפֿאַלענע בנינים. די סענסאָרס דערמעגלעכן צו דערהערן אַ מענטש, וואָס איז פֿאַרמויערט געוואָרן אונטער דער ערד צוליב אַן אומגליק־פֿאַל. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָבן די ישׂראלדיקע מיליטערישע קוואַלן איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז אין די יאָר 2005 און 2006 האָט מען אויסגעפּרוּווט צוויי סיסטעמען פֿאַרן אַנטדעקן די טונעלן, אָבער זיי זענען נישט געווען עפֿעקטיוו.

איצט פּלאַנירן די מיליטערישע אינזשענירן צו קאָמבינירן די פֿריִערדיקע עקספּערימענטן און שאַפֿן אַ מער פֿעיִקע סיסטעם. מע איז זיך משער, אַז די אַרבעט איבער דעם דאָזיקן פּראָיעקט וועט פֿאַרנעמען אַ יאָר און קאָסטן 424־565 מיליאָן דאָלאַר. די צה״ל־קוואַלן האָבן נישט געוואָלט אויסזאָגן, צי מע קלײַבט זיך אויסצונוצן די סחורה פֿון „עלפּאַם‟.

אַ טייל ספּעציאַליסטן באַציִען זיך אָבער סקעפּטיש צו דעם פּראָיעקט. יפֿתּח שאַפּיר, אַן עקספּערט פֿון מיליטערישע טעכנאָלאָגיעס בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, האָט באַמערקט, אַז נישט אין אַלע פֿאַלן קאָנען אַזעלכע מכשירים העלפֿן. זיי טויגן נישט, ווען אַ טונעל בייגט זיך אויס אָדער פֿאַראייניקט זיך מיט אַן אַנדערן. דערצו, דערמעגלעכן זיי נישט צו געפֿינען דעם אַרײַנגאַנג אין די טונעלן.

אַן אַנדער פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, וואָס די וויבראַציע־סענסאָרס זענען נישט מסוגל צו געפֿינען דאָס גענויע אָרט פֿון אַ טונעל; זיי קאָנען בלויז באַשטימען די געגנט, וווּ מע וואָלט געקאָנט דורכפֿירן אַ נײַע מיליטערישע אָפּעראַציע.