ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

דער „מיצווה־טאַנק‟ שטעלט זיך אָפּ אין אַן אוראַלער שטאָט
דער „מיצווה־טאַנק‟ שטעלט זיך אָפּ אין אַן אוראַלער שטאָט

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published August 27, 2014, issue of September 12, 2014.

רבנים, ישיבֿה־בחורים לערנען תּורה מיט ייִדן אין אוראַל און סיביר

די דריטע ייִדישע „עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע‟ האָט זיך פֿאַרענדיקט. כאָטש קיין עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע איז זי ניט געווען, האָט די רײַזע פֿאָרט אַ גרויסן באַטײַט, און געמאַכט — אויך ניט ווייניק. די מיצווה־מאָבילן, וואָס זענען געפֿאָרן אויף 4 מאַרשרוטן, האָבן באַזוכט יעדע דריטע ייִדישע קהילה פֿון רוסלאַנד, בתוכם די שטעט פֿון אוראַל און סיביר. יעדער אויטאָ איז געווען אויך אַ באַוועגלעכע שיל, און די רײַזע־לײַט — רבנים און יונגע ישיבֿה־בוחרים — האָבן דערציילט די ייִדן וועגן יהדות און תּורה, דעמאָנסטרירט תּשמישי־קדושה און פֿאָרגעלייגט אָנטייל צו נעמען אינעם דאַוונען.

פֿאַר ייִדן, וואָס וווינען אין די קליינע שטעט, וווּ דאָס ייִדישע לעבן איז ניט אַנטוויקלט, איז דאָס אַ מעגלעכקייט זיך צו באַקענען מיטן ייִדישן לעבנס־שטייגער און דער רעליגיע, זיך צו דערוויסן וועגן נײַע ביכער און כּלערליי פּראָגראַמען. די וואָס האָבן געוואָלט, האָבן געקענט לייגן תּפֿילין און תּפֿילה טאָן, האַלטן פֿאַר זיך אַ ייִדיש בוך. די שילן האָבן געקראָגן מתּנות — ספֿרים, צדקה־פּושקעס אאַז״וו. די רײַזנדע האָבן אויך גערעדט מיט די ייִדן וועגן זייער לעבן און שוועריקייטן, און פֿאַרשריבן זייערע טענות; עטלעכע פּראָבלעמען וועט דער רוסישער חב”ד זיך סטאַרען צו לייזן. די עקספּעדיציע איז אַן אויפֿטו פֿון חב”ד, וואָס איז איצט דער סאַמע אַקטיווער צווישן די ייִדישע כּוחות אין רוסלאַנד; ער אַרבעט מיט יוגנט, מיט דער פּעריפֿעריע און טראַכט צוצוציִען צו זיך נײַע אַדעפּטן, וואָס כּמעט קיינער, אַחוץ זיי, טוט ניט.

שיל קלײַבט געלט צו קויפֿן ספֿר־תּורה פֿאַר ישׂראלדיקע סאָלדאַטן

נאָך אַן אויפֿטו פֿון חב”ד ווערט דורכגעפֿירט די טעג אין איינער פֿון די מאָסקווער חב”ד־שילן. ס’איז באַוווּסט, אַז די אָנדערטהאַלבן חדשים צווישן ט”ו באָבֿ און ראש־השנה איז די ריכטיקע צײַט פֿאַר די פֿרומע ייִדן מתחזק צו זײַן אינעם האַלטן מיצוות. די שיל לייגט פֿאָר אַלע רוסלענדישע ייִדן אַ מיצווה צו טאָן: מע קלײַבט געלט, צו קויפֿן אַ ספֿר־תּורה פֿאַר די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן.

אוניווערסיטעט זאָגט צו אויסצופֿאָרשן אַנטיסעמיטישן רעפֿעראַט

דער הויפּט־רבֿ פֿונעם רוסישן חב”ד, ר׳ בערל לאַזאַר, האָט זיך די וואָך באַטייליקט אין אַ פּאָליטישן ענין. פֿאַראַכטאָגן איז אין רוסלאַנד, אויף דער אָזערע סעליגער, פֿאָרגעקומען אַ צונויפֿפֿאָר פֿון די סטודענטן, וואָס זענען פּראָ־פּוטין געשטימט. צווישן די לערער, וואָס האָבן געהאַלטן רעפֿעראַטן פֿאַר די סטודענטן, איז געווען אָלגאַ טשעטוועריקאָוואַ, אַ דאָצענטין פֿון מאָסקווער מעלוכישן אינסטיטוט פֿון אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען, וואָס זי האָט דערציילט דעם פֿאַרחידושטן קהל וועגן אַזעלכע בילבולים ווי די „אַלוועלטלעכע ציוניסטישע פֿאַרשווערונג‟; וועגן די ייִדישע באַנקירן, וואָס „שטיצן געצן־דינער‟, כּדי אָפּצושוואַכן דאָס פּראַוואָסלאַוונע גלויבן, און אַנדערע אַנטיסעמיטישע מעשׂיות. בערל לאַזאַר האָט זיך געווענדט צום רעקטאָר פֿון דעם אוניווערסיטעט מיט דער בקשה צו דערקלערן די אוניווערסיטעט־פּאָזיציע אין שײַכות צו די בילבולים, און דינסטיק דעם 26סטן אויגוסט האָט ער באַקומען אַן ענטפֿער. דער רעקטאָר האָט זיך אַנטשולדיקט און צוגעזאָגט אויסצופֿאָרשן דעם אינצידנט.

סעמינאַר וועגן טוריזם־אינדוסטריע אין ישׂראל

צו די אַנדערע נײַעס: מיטוואָך דעם 27סטן אויגוסט קומט פֿאָר אין מאָסקווער ישׂראלדיקן קולטור־צענטער אַ סעמינאַר פֿאַר טוריסטישע אַגענטן און זשורנאַליסטן. דער סעמינאַר ווערט אָרגאַניזירט פֿון עטלעכע פּאַרטנערן, בתוכם דעם ישׂראלדיקן טוריזם־מיניסטעריום און דער פֿלוג־געזעלשאַפֿט „אל־על‟. די רייד וועט גיין וועגן דער אַרבעט פֿון דער טוריזם־אינדוסטריע אין ישׂראל בעת דער לעצטער מלחמה.

פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור אין אוליאַנאָווסק

דעם 25סטן אויגוסט האָט מען אין אוליאַנאָווסק (אַ שטאָט אויפֿן וואָלגע־טײַך) געלייגט דעם ערשטן שטיין פֿונעם ייִדישן קולטור־צענטער, וואָס מע הייבט אָן צו בויען. דווקא די טעג ווערט אין אוליאַנאָווסק אַדורכגעפֿירט אַ פֿעסטיוואַל פֿון דער ייִדישער קולטור מיטן נאָמען „אויף די פֿליגל פֿון חלום‟ — מיט לעקציעס, אויסשטעלונגען פֿוּן ישׂראלדיקע קינסטלער און מיט ווײַזן פֿילמען. אין דער צערעמאָניע פֿון אָנהייבן דאָס בויען האָט זיך באַטייליקט דער באַרימטער ישׂראלדיקער דזשאַז־מוזיקער לעאָניד פּטאַשקאַ.

רוסישע ראָק־גרופּע טרעט אויף אין תּל־אָבֿיבֿ

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: דעם 29סטן אויגוסט וועט אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם פּאָפּולערן רוסישן בענד „ראַבפֿאַק‟. דער בענד איז אויך באַוווּסט צוליב דעם, וואָס בעת דער מלחמה, דער אָפּעראַציע „צוק איתן‟, האָט ער געשטיצט מדינת־ישׂראל און אויסגעפֿילט אַ ליד אונטערן נאָמען „כאַמאַס מאָסט דײַ‟ — „כאַמאַס מוז שטאַרבן‟. דאָס ליד איז באַלד באַרימט געוואָרן, און געקליבן אויפֿן „יו־טוב‟ איבער 2 מיליאָן באַזוכער. די ווערטער פֿונעם ליד האָט אָנגעשריבן דער ישׂראל־בירגער אַלכּסנדר יעלין.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.