אַן אייגנאַרטיקער טור פֿון וויליאַמסבורג

An Insider‘s Tour of Hasidic Williamsburg

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 28, 2014, issue of September 12, 2014.

פֿרידע וויזעל בעת אַ טור איבער וויליאַמסבורג
Courtesy: Frieda Vizel
פֿרידע וויזעל בעת אַ טור איבער וויליאַמסבורג

די דריטע וואָך יולי בין איך, מיט אַ גרופּע סטודענטן פֿון דער „ייִוואָ זומער־פּראָגראַם‟, געפֿאָרן קיין וויליאַמסבורג, כּדי זיך צו באַקענען מיטן אָרטיקן חסידישן לעבנס־שטייגער. אונדזער וועגווײַזערין איז געווען פֿרידע וויזעל, (פֿון דער היים: פֿריידי), אַן אויספֿאָרשערין פֿאַר אַ פֿאַרזיכערונג־פֿירמע, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ חסידישער משפּחה אין קרית־יואל. כאָטש אַן אָפּשטאַמיקע פֿון דעם גרעסטן חסידישן שטעטל אין „אָפּסטייט‟ ניו־יאָרק, פֿאַרמאָגט פֿרידע טיפֿע וואָרצלען אין וויליאַמסבורג: אירע באָבע־זיידעס, ווי אויך איר געוועזענער מאַן שטאַמען פֿון וויליאַמסבורג.

נאָכן פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט האָט פֿרידע זיך געלערנט אין „סאַראַ לאַורענץ־קאָלעדזש‟, וווּ בעת אירע שטודיעס האָט אַ פּראָפֿעסאָר זי געבעטן אָנצופֿירן מיט אַ טור איבער וויליאַמסבורג פֿאַר זײַנע סטודענטן. „כאָטש מײַן געטרײַשאַפֿט איז שטענדיק געווען צו קרית־יואל‟, האָט פֿרידע דערקלערט אין אַ בליץ־בריוו צום „פֿאָרווערטס‟, „האָב איך, נאָך דער בקשה פֿון מײַן פּראָפֿעסאָר, אָנגעהויבן פֿאָרשן. וואָס מער איך האָב זיך דערוווּסט וועגן דער געשיכטע פֿון וויליאַמסבורג און אירע פּאַראַדאָקסן, אין פֿאַרגלײַך מיטן רעשט פֿון שטאָט ניו־יאָרק, אַלץ מער האָב איך געכאַפּט, אַז ס׳איז ניטאָ קיין מער פּאַסיק אָרט, וווּ מע קען לערנען אַנדערע (וועגן חסידים) ווי אין וויליאַמסבורג‟.

נאָכן ערשטן טור פֿאַר אירע מיט־סטודענטן האָט פֿרידע אָנגעפֿירט מיט אַלץ מער און מער טורן, ביז זי האָט, מיט אַ יאָר צוריק, באַשלאָסן צו גרינדן אַן אייגענע פֿירמע „באַזוכט חסידים‟. „איך פֿיר אָן מיט טורן פֿאַר אַלע מינים מענטשן, אָבער בפֿרט פֿאַר ייִדישע גרופּעס‟, האָט זי דערקלערט. „שילן, פֿרויען־גרופּעס און אַזוי ווײַטער. מענטשן האָבן סתּם ליב זיך צו לערנען וועגן חסידים, און וואָס ווייניקער זיי ווייסן פֿון פֿריִער, אַלץ מער האָבן זיי אַ חשק אײַנצוזאַפּן פֿון דער סבֿיבֿה‟.

יענעם זונטיק אין יולי, איז דער טור פֿאָרגעקומען אין אַ פֿאַרוואָלקנטן טאָג, וואָס האָט געסטראַשעט מיט אַ רעגן. מיר האָבן זיך געטראָפֿן אונטער דער בריק, אויף וועלכער עס פֿאָרן די J און M באַנען. פֿרידע האָט אונדז באַגעגנט, זיך פֿאָרגעשטעלט און אונדז געפֿירט אין אַ קליינעם פּאַרק צווישן אַ ריי דירה־הײַזער. נאָך דעם וואָס זי האָט אונדז צוגעטיילט היימישע ראָגעלעך פֿון אַ דערבײַיִקער בעקערײַ, האָט זי גערעדט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש, אירע דיאַלעקטן און די השפּעה, וואָס ענגליש האָט אויף דעם הײַנטצײַטיקן חסידישן ייִדיש. זי האָט באַצייכנט די קהילה ווי אַ דרײַ־שפּראַכיקע, וואָס באַנוצט זיך מיט ייִדיש, ענגליש און לשון־קודש.

צוליב דעם, וואָס די גרופּע איז באַשטאַנען פֿון סטודענטן, וואָס לערנען זיך ייִדיש און אַנדערע, וואָס קענען שוין ייִדיש, האָט פֿרידע בעתן טור גערעדט צום טייל אויף איר מאַמע־לשון. ס׳רובֿ פֿון דער צײַט האָט זי אָבער גערעדט אויף ענגליש. וואָס שייך שפּראַך האָט פֿרידע געוואָלט באַטאָנען די פּיטשעווקעס פֿונעם אונגערישן ייִדיש בכלל און דעם ניו־יאָריקער חסידישן ייִדיש בפֿרט. זי האָט דערקלערט, אַז צוליב די שטאַרקע השפּעות פֿון סאַטמאַר אויף אַלע אַספּעקטן פֿונעם וויליאַמסבורגער חסידישן ציבור, קלינגט דער גערעדטער ייִדיש וואָס מער אונגעריש מיט יעדן דור בײַ חסידים פֿון אַלע הויפֿן, אַפֿילו די וואָס האָבן דווקא גערעדט אַ פּוילישן ייִדיש אין דער אַלטער היים. זי האָט אויך דערקלערט אַ פּאָר דיאַלעקטישע טערמינען אינעם חסידישן ייִדיש, וואָס זענען ניט ברייט באַוווּסט, מחוץ דער חסידישער וועלט ווי „יאָנטשי‟ (אַן אַדיעקטיוו, וואָס באַצייכנט עמעצן פֿון אַ העק, ד׳׳ה פֿון „אָפּסטייט‟ אָדער עמעצער, וואָס איז צו איידל און דערפֿאַר ניט „קיל‟).