אַן אייגנאַרטיקער טור פֿון וויליאַמסבורג

An Insider‘s Tour of Hasidic Williamsburg

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 28, 2014, issue of September 12, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

ס׳מערסטע פֿון פֿרידעס טור האָט באַהאַנדלט די געשיכטע פֿון דער געגנט בכלל און איר ייִדישע געשיכטע בפֿרט. יעדעס מאָל, וואָס מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט, האָט פֿרידע דערציילט די געשיכטע פֿון אַ בנין אָדער אַן אַנדער אָנדענקפּונקט און דערקלערט, ווי אַזוי דער בנין שפּיגלט אָפּ די ענדערונגען, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין זײַן געשיכטע.

פֿרידע האָט דערקלערט, אַז די ייִדישע געשיכטע פֿון ווילאַמסבורג קען צעטיילט ווערן אויף דרײַ תּקופֿות: די דײַטשישע אימיגראַציע, די מיזרח־אייראָפּעיִשע איבערוואַנדערונג און די חסידישע אימיגראַציע. די דײַטשישע ייִדן זענען געווען אַזוי רײַך, אַז מע האָט אַפֿילו באַצייכנט איין טייל פֿון דער געגנט ווי Millionaires‘ Row (דער קוואַרטאַל פֿון מיליאָנערן). די דאָזיקע דײַטשישע ייִדן האָבן געגרינדעט רעפֿאָרם־שילן אויפֿן יעקישן שטייגער.

די ערשטע מיזרח־אייראָפּעער זענען געקומען צום מערסטן טייל פֿונעם „לאָוער איסט סײַד‟, וואָס איז צו יענער צײַט שוין געווען פֿול געפּאַקט מיט ייִדישע פּליטים נאָך די פּראָגראַמען אינעם צאַרישן רוסלאַנד. נאָך דעם, וואָס מע האָט אין 1903 פֿאַרענדיקט בויען די וויליאַמסבורגער בריק צווישן דעם „איסט סײַד‟ און וויליאַמסבורג, האָבן די ייִדן פֿון „איסט־סײַד‟ אָנגעהויבן אַרײַנצושטראָמען מאַסנווײַז אין וויליאַמסבורג. די דײַטשישע ייִדן האָבן דערפֿאַר, צום מערסטן טייל, פֿאַרלאָזט די געגנט, און וויליאַמסבורג האָט מען אָנגעהויבן צו באַטראַכטן ווי אַ ברוקלינער צוגאָב צום „איסט־סײַד‟.

די ערשטע אָרטאָדאָקסישע אינסטיטוציעס, געגרינדעט דורך די מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדן, האָבן פֿאַרלייגט דעם פֿונדאַמענט, אויף וועלכן די חסידים האָבן שפּעטער געבויט זייערע קהילות. די דאָזיקע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע אינסטיטוציעס, בראָש מיט „יאָנג ישׂראל‟, האָבן געוואָלט, אַז זייערע מיטגלידער זאָלן זײַן סײַ אַ טייל פֿון דער ברייטערער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט און סײַ בלײַבן פֿרומע ייִדן.

נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז געקומען די חסידישע אימיגראַציע און מיט איר זענען צוביסלעך „אויסגעשטאָרבן‟ די מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע אינסטיטוציעס. דער אַמאָליקער בנין פֿון „יאָנג ישׂראל‟, למשל, וואָס פֿרידע האָט אונדז געוויזן, איז הײַנט אַ ווינער מיידל־שול. כאָטש די ווינער באַוועגונג, ווי אַ פּאָר אַנדערע „אויבערלאַנדישע‟ ייִדישע אינסטיטוציעס, איז ניט קיין חסידישע און די אויבערלאַנדער אין דער אַלטער היים זענען געווען גאַנץ אָפּגעזונדערט פֿון דער חסידישער שיטה, זענען די הײַנטיקע ווינער כּמעט אין גאַנצן פֿאַרחסידישט געוואָרן.

דער סאַטמאַרער רבי יואל טייטלבוים האָט געהאַט אַ גוואַלדיקע השפּעה, ניט בלויז בײַ די יעקישע און אויבערלאַנדער ייִדן, נאָר אויך בײַ אַלע חסידישע הויפֿן אין וויליאַמסבורג. צוליב זײַן השפּעה, האָט פֿרידע דערקלערט, זענען אַ סך חסידישע גרופּעס געוואָרן פֿרימער און מער אָפּגעזונדערט, ווי זיי זענען געווען אין דער אַלטער היים. דאָס האָט דערפֿירט צו דעם, זיי זאָלן אַדאָפּטירן אַ סך כּללים, וואָס האָבן פּשוט קיינמאָל ניט עקזיסטירט אין דער אַלטער היים. דער רבי האָט, למשל, ניט געהאַלטן פֿון קיין שטאָטישע עירובֿים און צוליב דעם, האָבן מאַמעס ניט געקאָנט פֿירן זייערע קינדער אין די וועגעלעך; די סאַטמאַרער מאַמעס האָבן געדאַרפֿט בלײַבן אין דער היים אַ גאַנצן שבת.