סענאַטאָרין פֿאַרטיידיקט פֿאָנדן פֿאַר „אײַזערנעם קופּאָל‟

American Senator Strongly Defends Iron Dome Funding

עליזאַבעט וואַרען
עליזאַבעט וואַרען

פֿון ייִט״אַ

Published August 31, 2014, issue of September 26, 2014.

וואַשינגטאָן. — סענאַטאָרין עליזאַבעט וואַרען (דעמאָקראַט, מאַסאַטשוסעטס) האָט שטאַרק פֿאַרטיידיקט איר שטים אין סענאַט צו העכערן די פֿאָנדן לטובֿת דער ישׂראלדיקער אַנטי־ראַקעטן־סיסטעם, „אײַזערנער קופּאָל‟.

„אַמעריקע האָט זייער אַ ספּעציעלע פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל,‟ האָט וואַרען, אַ ליבעראַלער דעמאָקראַט, באַטאָנט בעת אַן עפֿנטלעכער דיסקוסיע מיטן עולם דעם 20סטן אויגוסט אין קייפּ־קאָד.

וואַרען, וועלכע באַטראַכט צו קאַנדידירן אין די פּרעזידענטישע וואַלן פֿאַרן יאָר 2016, האָט אויסגעדריקט איר שטיצע פֿאַר דער שוץ־סיסטעם, נאָך דעם ווי אַ מאַן אינעם עולם האָט זי קריטיקירט דערפֿאַר.

„ישׂראל וווינט אין זייער אַ געפֿערלעכן ראַיאָן פֿון דער וועלט, וווּ מע זעט נישט קיין סך ליבעראַלע דעמאָקראַטישע מדינות, וואָס פֿירן זיך לויטן געזעץ,‟ האָט זי דערקלערט. „און מיר דאַרפֿן שטאַרק האָבן אַן אַליִיִרטן אין יענעם טייל פֿון דער וועלט.‟

וואַרען האָט במשך פֿון די יאָרן צוגעצויגן אַ סך אָנהענגער בײַ די לינק־געשטימטע דעמאָקראַטן, צוליב איר ראָלע בײַם דורכפֿירן ריזיקע באַנק־רעפֿאָרמען און פֿאַרשטאַרקן די סאָציאַלע זיכערהייט־נעץ פֿאַר די נויט־באַדערפֿטיקע. זינט איר דערוויילט ווערן צום סענאַט אין 2012, האָט זי אָבער אויסגעדריקט ווייניק מיינונגען וועגן דער אויסלענדישער פּאָליטיק. איר שטאַרקע פֿאַרטיידיקונג פֿון ישׂראל בעת דער פֿאַרזאַמלונג אין קייפּ־קאָד איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס זי האָט עפֿנטלעך אויסגעדריקט אַ מיינונג וועגן אויסלענדישע ענינים.

בעת דער מלחמה צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟ אין עזה, האָט דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס אָפּגעשטימט, מיט אַ גרויסער מערהייט, צוצוגעבן 225 מיליאָן דאָלאַר צו דער ביז־איצטיקער פֿינאַנציעלער סומע פֿאַרן „אײַזערנעם קופּאָל‟.

נאָך דעם ווי אַ צווייטער מיטגליד פֿון עולם האָט דערמאָנט די הויכע צאָל ציווילע קרבנות צווישן די פּאַלעסטינער, האָט וואַרען געענטפֿערט, אַז ישׂראל האָט נישט געוואָלט הרגענען ציווילע לײַט, אין פֿאַרגלײַך מיט די „כאַמאַס‟־הערשער אין עזה, וועלכע האָבן עס יאָ געוואָלט.

„ווען ׳כאַמאַס׳ שטעלט אירע ראַקעטן־וואַרפֿערס לעבן שפּיטאָלן און שולן, מיינט עס, אַז זיי ניצן אויס די ציווילע באַפֿעלקערונג צו באַשיצן זייערע מיליטערישע אַפּאַראַטן. און איך האַלט, אַז אין אַזאַ פֿאַל האָט ישׂראל דאָס רעכט זיך צו פֿאַרטיידיקן,‟ האָט וואַרען געענטפֿערט.

די רעלאַטיוו־קליינע צאָל ישׂראלדיקע קרבנות — 71 — איז, צום טייל, געווען צוליב דער עפֿעקטיווקייט פֿונעם „אײַזערנעם קופּאָל‟, האָט זי צוגעגעבן.