ערד־ציטערניש און מוח־ציטערניש

Earthquake and Mindquake

די חבֿרים מאַכן אַ פּיקניק אינעם „יערבאַ בוענאַ פּאַרק” אין סאַן־פֿראַנציסקאָ
Rachel Biale
די חבֿרים מאַכן אַ פּיקניק אינעם „יערבאַ בוענאַ פּאַרק” אין סאַן־פֿראַנציסקאָ

פֿון לייזער בורקאָ

Published August 31, 2014, issue of September 26, 2014.

יענע וואָך האָב איך געהאַט דעם זעלטענעם זכות בײַצוּזײַן בײַם ערד־ציטערניש לעבן סאַן־פֿראַנציסקאָ — דאָס גרעסטע ערד־ציטערניש אין קאַליפֿאָרניע זינט 25 יאָר. ס׳האָט דערגרייכט 6 אויף דער „ריכטער־סקאַלע‟ און האָט, צווישן אַנדערע שאָדנס, צעשטערט דעם חב״ד־צענטער פֿון נאַפּאַ־וואַלי.

איך קען ניט דערציילן וועגן מײַן פּערזענלעכן שרעק אָדער איבערלעבונגען בעתן ערד־ציטערניש, ווײַל איך בין דעמאָלט געשלאָפֿן ווי אַ טויטער און האָב גאָרניט באַמערקט. אין חלום האָב איך מסתּמא געטראַכט וועגן אַנדערע זאַכן, דער עיקר — וועגן דעם „פּאָזען־סעמינאַר‟ אין בערקלי (לעבן סאַן־פֿראַנציסקאָ), וווּ איך האָב פֿאַרבראַכט די פֿריִערדיקע וואָך.

די „פּאָזען־פֿונדאַציע‟, געשאַפֿן פֿונעם מיליאָנער פֿעליקס פּאָזען אין 2004 מיטן ציל צו שטיצן די וועלטלעכע ייִדישע קולטור, האָט אין 2013 אָרגאַניזירט דעם ערשטן סעמינאַר אַזאַ פֿאַר די „חבֿרים‟ פֿון דער פֿונדאַציע, ד״ה פֿאַר די פֿאָרשער און שרײַבער, וואָס באַקומען פֿון איר אַ סטיפּענדיע. צופֿעליק האָב איך זיך באַגעגנט מיט פֿעליקס פּאָזען אין 2009, ווען מיר זײַנען ביידע געקומען אויפֿן „וועלטקאָנגרעס פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟ אין ירושלים. בײַ אַ פּאַנעל־דיסקוסיע וועגן דער ייִדישער דעמאָגראַפֿיע בין איך געזעסן אין עולם לעבן אַן עלטערן ייִד, וואָס איז געגאַנגען מיט אַ שטעקן. ווען איך וואָלט דעמאָלט געוווּסט, אַז דאָס איז פֿעליקס פּאָזען, וואָלט איך בײַ אים געבעטן אַ פּאָר מיליאָן דאָלאַר פֿאַר דער ייִדיש־פֿאָרשונג — כאָטש איך האָב זיך איצט דערוווּסט, אַז פּאָזען איז אַ יעקע, אַ געבוירענער אין דײַטשלאַנד. נאָר צום באַדויערן האָב איך פֿאַרפֿעלט די געלעגנהייט און ער איז צוריקגעפֿאָרן קיין ענגלאַנד, וווּ ער וווינט אין אַ גרויס מיטל־עלטעריש הויז.

בסך־הכּל זײַנען הײַיאָר געקומען אויפֿן סעמינאַר 18 חבֿרים, ס׳רובֿ דאָקטאָראַנטן אויפֿן געביט פֿון ייִדישע שטודיעס, אָבער אויך 4 פּראָזע־שרײַבער און פּאָעטן, וואָס האָבן געהאָלפֿן אַ ביסל אויפֿצולעבן די שמועסן. די חבֿרים זײַנען געקומען פֿון אומעטום: 7 פֿון ישׂראל, אַנדערע פֿון דײַטשלאַנד, פּוילן, שוועדן, רוסלאַנד, אַפֿילו פֿון קאָלומביע. אַלע רעפֿעראַטן זײַנען געווען אויף ענגליש, אָבער צווישן זיך, אומפֿאָרמעל, האָט מען אָפֿט גערעדט העברעיִש. צום גליק, זײַנען אויך געקומען עטלעכע ייִדישיסטן — עופֿר דינעס, ווויטעק טוואָרעק און סאָני יודקאָף — האָב איך אויך געהאַט מיט וועמען צו רעדן, און ניט געדאַרפֿט בלויז שאָקלען מיטן קאָפּ און מאַכן מיט די הענט אויף עבֿרית.

ס׳איז צו פֿיל אַרומצורעדן אַלע דיסערטאַציעס און ראָמאַנען, וואָס די חבֿרים האַלטן אין שרײַבן, וועל איך זיי רעזומירן בקיצור, אַז אַלע זײַנען קלוג און געלערנט און ברענגען וויכטיקע חידושים פֿאַר דער וויסנשאַפֿט. (אַ דאַנק אײַך, פֿרײַנד פּאָזען!) הײַיאָר איז געווען אַ גרויסער אינטערעס אין די מאַראָקאַנער ייִדן — גאַנצע דרײַ דיסערטאַציעס — אָבער אויך אין די מער געוויינטלעכע טעמעס, ווי חסידות, דער חורבן, ציוניזם וכדומה. די פּראָפֿעסאָרן דוד מײַערס און נעמי זײַדמאַן (די טאָכטער פֿונעם באַקאַנטן פּוילישן אַגודה־פּאָליטיקער הלל זײַדמאַן) האָבן אָנגעפֿירט מיט די דיסקוסיעס און געפֿרעגט די האַרבסטע קשיות.

אַחוץ די אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן זײַנען אויך געווען סעסיעס געווידמעט די מער פּראַקטישע פֿראַגעס: ווי דרוקט מען אַן אַרטיקל אָדער אַ בוך? ווי קריגט מען אַן אמתע שטעלע, ניט דווקא אַן אַקאַדעמישן פּאָסטן? די מומחים זײַנען געקומען אונדז זאָגן די טרויעריקע בשׂורה, אַז דער אַקאַדעמישער מאַרק האַלט שמאָל זינט 2008 און אַז די אוניווערסיטעטן פּראָדוצירן ווײַטער אַ סך מער דאָקטאָראַנטן ווי שטעלעס פֿאַר דאָקטאָראַנטן. אָבער איינער האָט אונדז געטרייסט, אַז אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדישע שטודיעס איז אַ ביסל ווייניקער קאַטאַסטראָפֿאַל, אַ דאַנק אונדזערע פֿעלקיס פּאָזענס, זאָלן זיי זיך פֿרוכפּערן און מערן, אָמן.

די באַטייליקטע אינעם „פּאָזען־סעמינאַר‟ (פֿון רעכטס אויף לינקס) — ערשטע ריי: אלחנן ניר, טלי גור, עליזאַבעט אימבער, סאָני יודקאָף, עופֿר דינעס, וואַנעסאַ פּאַלאָמאַ עלבאַז; צווייטע ריי: לייזער בורקאָ, פּראָפֿ’ נעמי זײַדמאַן, שׂרה פֿראַנסעס לעווין; דריטע ריי: לאה קליבאַנאָוו, אַלמאַ העקמאַן, רבֿקה בראָט, גיל רובין; פֿערטע ריי: פּראָפֿ’ דוד מײַערס, פֿרעדריק מייטאָן, יעלענאַ אַכטיאָרסקאַיאַ, קים ברוקס; פֿינפֿטע ריי: ווויטעק טוואָרעק, סעבאַסציאַן מוש.
Rachel Biale
די באַטייליקטע אינעם „פּאָזען־סעמינאַר‟ (פֿון רעכטס אויף לינקס) — ערשטע ריי: אלחנן ניר, טלי גור, עליזאַבעט אימבער, סאָני יודקאָף, עופֿר דינעס, וואַנעסאַ פּאַלאָמאַ עלבאַז; צווייטע ריי: לייזער בורקאָ, פּראָפֿ’ נעמי זײַדמאַן, שׂרה פֿראַנסעס לעווין; דריטע ריי: לאה קליבאַנאָוו, אַלמאַ העקמאַן, רבֿקה בראָט, גיל רובין; פֿערטע ריי: פּראָפֿ’ דוד מײַערס, פֿרעדריק מייטאָן, יעלענאַ אַכטיאָרסקאַיאַ, קים ברוקס; פֿינפֿטע ריי: ווויטעק טוואָרעק, סעבאַסציאַן מוש.

דער שיינער קאַליפֿאָרניער וועטער מיט די גרינע לאַנדשאַפֿטן (ניט געקוקט אויף דער איצטיקער טריקעניש) האָבן אונדז געהאָלפֿן צו פֿאַרגעסן אויף אַ ווײַל אין דער ווירקלעכקייט און הנאָה צו האָבן פֿון אונדזערע שמועסן און פֿון די זייער געשמאַקע מאָלצײַטן, וואָס די קעכין האָט אונדז צוגעגרייט. פֿאַר די חבֿרים, געקומענע פֿון אַנדערע ערטער, וווּ דער זומער ברענט ווי אַ פֿײַער, האָט בערקלי אויסגעזען ווי אַ מין גן־עדן. אַ קילער ווינט בלאָזט פֿונעם פּאַציפֿיק, די מענטשן שמייכלען און זעען אויס געזונט, לויפֿן פֿון איין אָרגאַנישן קאַפֿע צו אַ צווייטן — אַפֿילו די היימלאָזע רעדן גוטמוטיק מיט די פֿאַרבײַגייער. אויף אַן אויטאָבוס האָב איך געפֿירט אַ לענגערן שמועס מיט איינעם, וואָס עס פֿעלן אים עטלעכע ציין. האָט ער מיר געוויזן די אַלע זאַכן וואָס ער האָט איצט געפֿונען אין גאַס: אַ שיינע פּאָר הויזן, אַ לעדערנער בײַטל, אַ שפּיגל מיט אַ הענגער אאַז”וו. סאַראַ אוצרות מענטשן וואַרפֿן אַרויס אין אַ לאַנד פֿון עשירות!

פֿאַר מיר פּערזענלעך איז דער וויזיט אין בערקלי און סאַן־פֿראַנציסקאָ געווען אַ געלעגנהייט זיך צו פֿרעגן עטלעכע עקסיסטענציעלע פֿראַגעס. למשל, וואָלט איך געקענט עקזיסטירן ערגעץ אַנדערש ווי ניו־יאָרק? גייענדיק בײַם ים אָדער אין פּאַרק, פֿאָרנדיק מיטן אַלטן טראַמווײַ איבער דער שטאָט, האָב איך געטראַכט: אפֿשר יאָ. נאָר ווי באַלד איך האָב געוואָלט צוריקפֿאָרן צום אַדרעס, וווּ איך שטיי אײַן, און געדאַרפֿט וואַרטן אויפֿן אויטאָבוס, וואָס קומט ניט, האָב איך געטראַכט: אפֿשר ניט. אויף דער פּרעכטיקער „גאָלדען גייט‟־בריק זײַנען מיר געקומען אויפֿן זינען די אַלע אומגליקלעכע מענטשן, וואָס זײַנען פֿון דאָרט אַראָפּגעשפּרונגען, כּדי זיך צו נעמען דאָס לעבן. ס׳איז טאַקע דאָס צווייט־„פּאָפּולערסטע‟ אָרט פֿאַר זעלבסטמאָרד אויף דער גאַנצער וועלט — דערווײַל איבער 1,600 באַקאַנטע פֿאַלן. ס׳איז אפֿשר די שיינקייט פֿון קאַליפֿאָרניע, וואָס מאַכט מער אומגליקלעך — דאָרט רעדט מען זיך אײַן, אַז אַ מענטש דאַרף זײַן צופֿרידן. בײַ אונדז אין ניו־יאָרק ווייסט מען פֿונעם ערשטן קוק, אַז דאָס לעבן איז אַן אָפּקומעניש, און מע גיט זיך אַן עצה: נישקשה, אַבי נישט ערגער.