קוואַליטעט פֿון ישׂראלדיקער ספּערמע איז שוואַכער געוואָרן

Quality of Israeli sperm is Declining

Kurt Hoffman

פֿון האָדי נעמעס (Forward)

Published August 31, 2014, issue of September 26, 2014.

פּרו ורבֿו, זײַט פֿרוכפּערדיק און מערט זיך… די ערשטע מיצווה פֿון דער תּורה קלינגט אַזוי פּשוט. אָבער בײַ אַ וואַקסנדיקער צאָל ייִדן, וואָס ווילן האָבן קינדער, איז עס ווײַט נישט אַזוי גרינג.

אַ טייל ייִדן — אַרײַנגערעכנט מענער מיט אַ שוואַכער ספּערמע־קוואַליטעט, נישט־חתונה געהאַטע פֿרויען און לעזבישע פּאָרפֿעלקער — דאַרפֿן אַ ביסל הילף, און ווענדן זיך דערפֿאַר צו אַ ספּערמע־רעזערוו, ווען זיי ווילן אָנהייבן אַ משפּחה.

צוליב אומבאַקאַנטע סיבות איז אָבער לעצטנס געפֿאַלן די קוואַליטעט פֿון דער ייִדישער ספּערמע, בפֿרט אין ישׂראל. לויט אַ שטודיע פֿון 2012, איז די קוואַליטעט פֿון דער ספּערמע בײַ ישׂראלדיקע ספּערמע־מנדבֿים במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 15 יאָר געפֿאַלן אויף אַ דריטל: פֿון 106 מיליאָן ספּערמע־צעלן אין אַ מיליליטער זרע ביז בלויז 68 מיליאָן.

מע האָט שוין פֿאָרגעלייגט עטלעכע טעאָריעס פֿאַר דער ירידה פֿון דער ספּערמע־קוואַליטעט: די ראַדיאַציע־שטראַלן פֿון מאָביל־טעלעפֿאָנען; „ענגע‟ קליידער, און די קלימאַט־ענדערונג.

ד״ר רונית חיימאָוו־קאָכמאַן, די הויפּט־פֿאָרשערין פֿון דער שטודיע, זאָגט, אַז ס׳איז אָבער מער קאָמפּליצירט. זי האַלט, אַז שולדיק זענען געוויסע כעמיקאַלן, וואָס שטערן די נאַטירלעכע האָרמאָנען אינעם גוף. געוויסע פּראָדוקטן, למשל, האָבן אין זיך אַ צו־הויכן פּראָצענט פֿונעם ווײַבערישן האָרמאָן עסטראָגען.

איינער פֿון אָט די פּראָדוקטן איז bisphenol-A, וואָס ווערט געניצט אין פֿאַרשידענע פּלאַסטישע זאַכן: די פּלאָמבעס אין די ציין, „די־ווי־דיס‟ און דעם אינעווייניקסטן טייל פֿון די שפּײַז־פּושקעס.

עסטראָגען געפֿינט זיך אויך אינעם וואַסער וואָס מע טרינקט, צוליב דעם אָפּפֿאַל פֿון פֿאַבריק־פֿאַרמען, און אַפֿילו פֿון געבורט־קאָנטראָל מעדיקאַמענטן, וואָס פֿליסן אַרײַן אינעם וואַסער דורך דער השתּנה פֿון פֿרויען.

מילעך איז אַן אַנדערער מעגלעכער קוואַל פֿון אומגעוווּנטשענע האָרמאָנען. אַ מאָל פֿלעג מען מעלקן אַ קו בלויז אין די ערשטע חדשים נאָך דעם ווי זי האָט געהאַט קעלבעלעך. הײַנט דערלויבט מען צו מעלקן די קי בעת זיי שוואַנגערן, ווען דער ניוואָ פֿון עסטראָגען איז אַ סך העכער. חיימאָוו־קאָכמאַן האָט געזאַמלט מוסטערס פֿון אַ צאָל לענדער איבער דער וועלט, און באַמערקט אַ סך מער עסטראָגען אין דער מילך פֿון ישׂראל און פֿון אַנדערע הויך־אַנטוויקלטע לענדער, וווּ מע דערלויבט די מילך־אינדוסטריע צו מעלקן די קי בעת זיי שוואַנגערן.

צוליב דער ירידה פֿון דער ספּערמע־קוואַליטעט, לײַדן עטלעכע ישׂראלדיקע ספּערמע־רעזערוון פֿון צו ווייניק ספּערמע. „בערך צוויי־דריטל פֿון די מענער, וועלכע זענען גרייט ׳מנדבֿ צו זײַן׳ זייער ספּערמע מוזן מיר אָפּזאָגן, ווײַל די קוואַליטעט איז אַזוי שוואַך,‟ האָט חיימאָוו־קאָכמאַן באַמערקט.