ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 03, 2014, issue of September 26, 2014.

פּראָבלעמען פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן טעאַטער

אין דער הײַנטיקער וואַרשע איז נישט אַזוי לײַכט צו כאַפּן אַ געשמאַקן שמועס אין ייִדיש. דער באַשעוויס-זינגער פֿעסטיוואַל איז אַן אויסנאַם. דער פֿעסטיוואַל ברענגט צונויף ייִדישע קינסטלער פֿון דער גאַנצער וועלט, צווישן זיי אַזעלכע, וואָס קענען מאַמע־לשון.

לעבן אַ טיש אינעם פּאַטיאָ פֿון ייִדישן טעאַטער זענען געזעסן שמואל עצמון, דער גרינדער פֿונעם תּל-אָבֿיבֿער „ייִדישפּיל‟־טעאַטער, מיט זײַן פֿרוי, און אַנדריי מונטעאַנו, דער יונגער רעזשיסאָר פֿונעם מלוכישן ייִדישן טעאַטער אין רומעניע. גערעדט האָט מען וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדישן טעאַטער הײַנט צו טאָג.

אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס שטעלט מען נישט קיין נײַע פּיעסעס אין תּל-אָבֿיבֿ, האָט שמואל עצמון געענטפֿערט, אַז די ראָלע פֿונעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער איז נישט צו שטעלן קיין נײַע פּיעסעס, נאָר צו באנײַען דעם אַלטן רעפּערטואַר.

הייסט עס, אַז בײַ דער אַלטער גוואַרדיע בלײַבט דער קאָנצעפּט פֿון ייִדישן טעאַטער מער ווי אַ טעאַטער־מוזיי, איידער אַ לעבעדיקע שעפֿערישע אינסטיטוציע. שמואל עצמון האָט געטענהט מיט שטאָלץ, אַז זײַנע אַקטיאָרן האָבן אַ סך בעסערע דיקציע, ווי די אַקטיאָרן פֿונעם וואַרשעווער טעאַטער.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די תּל-אָבֿיבֿער וועטעראַנען, ווי יעקבֿ באָדאָ אָדער שמואל עצמון אַליין האָבן טאַקע אַ גוטע ייִדישע דיקציע. די סאַבראַ־אַקטיאָרן אָבער רעדן, צום באַדויערן, מיט אַ הילצערנעם ייִדישן אַקצענט.

דווקא די פּוילישע אַקטיאָרן, ייִדן און נישט־ייִדן צוגלײַך, רעדן אַ סך אַ בעסערן ייִדיש אויף דער בינע, אפֿשר צוליב דעם, וואָס פּויליש און ייִדיש זענען נעענטער, וואָס שייך קלאַנג, ווי עבֿרית און ייִדיש. אמת, די וואַרשעווער אַקטיאָרן האָבן גרויסע שוועריקײטן מיטן אות „הא‟. אין פּוילן בכלל און אינעם פּוילישן ייִדישן טעאַטער בפֿרט איז דער חילוק צווישן אַרויסזאָגן „ה‟ און „כ‟ אָדער „ח‟ כּמעט נישטאָ. פּאָליאַקן האָבן גרויסע שוועריקייטן, למשל, מיטן וואָרט HEAD.

סע קומט אַרויס בײַ זיי ווי אַ מין קאָמפּראָמיס צווישן „כ‟ און „ה‟. דער חילוק צווישן „ה‟ און „כ‟, וואָס איז געווען זייער קלאָר פֿאַר דער מלחמה — סײַ אויף דער גאַס און סײַ אויף דער בינע, איז אין די לעצטע יאָרן, צום באַדויערן, אין גאַנצן נעלם געוואָרן. נאָך אַ זאַך. אין די טעאַטער־שולן לערנט מען כּמעט נישט קיין דיקציע; דער ייִדישער טעאַטער לײַדט פֿון דעם פּונקט ווי דער פּוילישער טעאַטער.

ווי געזאָגט, אָבער, איז די לאַגע אין ישׂראל, וואָס שייך ייִדיש נישט בעסער, און מען וואָלט געקאָנט טענהן, אַפֿילו ערגער. ווי שפּילט מען הײַנט ייִדיש אין אַמעריקע ווייסן מיר נישט. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר איז צו אונדז נישט געקומען קיין שום טעאַטער־פֿאָרשטעלונג אין דער ייִדישער שפּראַך פֿון יענער זײַט אָקעאַן. סע זעט אויס, אַז דאָס ייִדישע וואָרט אין אַמעריקע ווערט הײַנט דאָס רובֿ געזונגען, נישט גערעדט.

עפּל — אין צענטער פֿון פּאָליטישע סיכסוכים

די רוסישע רעוואָלוציע האָט צוגעשטײַערט צום ווירטשאַפֿטלעכן קריזיס פֿאַר דער מלחמה אין פּוילן. די לאָדזשער טעקסטיל־אינדוסטריע, וואָס איז, אַגבֿ, געווען אין ייִדישע הענט, האָט שטאַרק געליטן, ווען דער גיגאַנטישער רוסישער מאַרק איז פֿאַרשפּאַרט געוואָרן נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע.

צײַטן בײַטן זיך, אָבער די געאָגראָפֿיע בלײַבט די זעלבע. רוסלאַנד איז געווען און געבליבן אַ וויכטיקער עקספּאָרט־ציל פֿאַר פּוילן. די לעצטע געאָפּאָליטישע שפּאַנונג צווישן רוסלאַנד און די מערבֿ־לענדער שטערט הײַנט, אַזוי ווי אַמאָל, דעם פּוילישן עקספּאָרט קיין רוסלאַנד. רוסלאַנד רעאַגירט אויף די מערבֿדיקע סאַנקציעס מיט קעגן-סאַנקציעס. איינער פֿון די קרבנות פֿון אָט די סאַנקציעס איז דער עקספּאָרט פֿון פּוילישע עפּל קיין רוסלאַנד. פּוילן, זײַט וויסן, איז דער גרעסטער פּראָדוצענט פֿון עפּל אין דער וועלט.

דער פּוילישער פּרעזידענט בראָניסלאַוו קאָמאָראָווסקי האָט אַפּעלירט צו זײַנע בירגער זיי זאָלן עסן מער עפּל. אין וואַרשע אָבער האָבן געשעפֿט־לײַט געפֿונען אַן אַנדערן מיטל קעגן די סאַנקציעס. זיי אַרבעטן מיט די ישׂראלדיקע פֿירמעס. די ישׂראלדיקע פֿירמעס קויפֿן די עפּל און עקספּאָרטירן זיי ווײַטער קיין רוסלאַנד. סײַ די פּוילישע פּויערים, סײַ די רוסישע קאָנסומענטן זענען צופֿרידן. ווי מײַן מאַמע פֿלעגט זאָגן: „אַז מען קען נישט אַריבער, מוז מען אַרונטער‟.