טויזנטער פּראָטעסטירן קעגן אַנטיסעמיטיזם אין בריטאַניע

Thousands Rally Against Anti-Semitism in Britain

די דעמאָנסטראַציע קעגן אַנטיסעמיטיזם אין לאָנדאָן, דעם 31סטן אויגוסט
Getty Images
די דעמאָנסטראַציע קעגן אַנטיסעמיטיזם אין לאָנדאָן, דעם 31סטן אויגוסט

פֿון ייִט״אַ

Published September 03, 2014, issue of September 26, 2014.

זונטיק, דעם 31סטן אויגוסט, האָבן טויזנטער מענטשן אין לאָנדאָן זיך באַטייליקט אין אַ דעמאָנסטראַציע קעגן אַנטיסעמיטיזם, וועלכע איז פֿאָרגעקומען לעבן דעם קיניגלעכן געריכט־בנין. דער פּראָטעסט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער „קאַמפּאַניע קעגן אַנטיסעמיטיזם‟ — אַן אומאָפּהענגיקע גרופּע, געשאַפֿן נישט לאַנג צוריק, כּדי צו באַקעמפֿן די אָנפֿאַלן אויף ייִדן אין ענגלאַנד און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט נאָך דער אַנומלטיקער מלחמה אין עזה, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן אין יולי.

די ייִדישע צײַטונג „דזשויִש קראָניקל‟ האָט איבערגעגעבן, אַז דער בריטישער הויפּט־רבֿ, אפֿרים מירוויס, איז אויפֿגעטראָטן פֿאַרן פֿאַרזאַמלטן עולם און באַמערקט, אַז מיט אַ יאָר צוריק וואָלט ער נישט געטראַכט, אַז דער אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם קאָן ווערן אַן ערנסטע פּראָבלעם אינעם לאַנד. איצט אָבער האָבן די בריטישע ייִדן אָנגעהויבן „זען, הערן און פֿילן‟ אומאָנגענעמע אויסדרוקן פֿון שׂינאה. מירוויס האָט צוגעגעבן, אַז ער האָט באַקומען שטיצע־בריוו פֿון אַ צאָל באַקאַנטע מענטשן, אַרײַנגערעכנט הויך־ראַנגיקע פּאָליטיקער, וועלכע האָבן געמאָלדן, אַז די אַנטי־ייִדישע שׂינאה איז נישט בלויז אַ ייִדישע פּראָבלעם, נאָר אַ סכּנה פֿאַר דער גאַנצער געזעלשאַפֿט. די פֿאַרזאַלמטע האָבן געטראָגן פּלאַקאַטן, וואָס האָבן גערופֿן „נישט אַרויסצוּווײַזן קיין טאָלעראַנץ צו אַנטיסעמיטיזם‟ און „צו באַשטראָפֿן די שולדיקע, כּל־זמן ס׳איז נישט צו שפּעט‟.

אין דער דעמאָנסטראַציע האָבן זיך באַטייליקט די פֿירער פֿונעם „פֿאָרשטייער־ראַט פֿון בריטישן ייִדנטום‟. ווען די אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט געשטיצט דעם פּראָטעסט, איז אויפֿגעטראָטן פֿאַרן עולם, האָבן אַ צאָל אַנדערע דעמאָנסטראַנטן אויסגעשריגן, אַז די דאָזיקע גרופּע טוט „צו ווייניק‟ קעגן אַנטיסעמיטיזם.

די בריטישע „אָרגאַניזאַציע פֿאַר קהילה־זיכערהייט‟, וועלכע פֿירט אַן אויפֿזיכט איבער די אַנטיסעמיטישע שטימונגען און מעשׂים אין בריטאַניע, האָט איבערגעגעבן, אַז במשך פֿון יולי זענען אינעם לאַנד אויסגעבראָכן 240 אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, אין פֿאַרגלײַך מיט 304, וואָס זענען פֿאָרגעקומען הײַיאָר במשך פֿון די ערשטע זעקס חדשים.