ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published September 04, 2014, issue of September 26, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער אַרײַנטריט איז אומזיסט, אָבער מע דאַרף רעזערווירן אַן אָרט פֿון פֿריִער. די רעזערוואַציעס וועלן אָנגענומען ווערן ביזן 15טן סעפּטעמבער. נאָך אינפֿאָרמאַציע: באַזוכט yivo.org/reservations אָדער קלינגט 8301 294 212, צוגאָב נומער 5167. אַ מאָלצײַט וועט סערווירט ווערן.

קאָנצערט פֿון הענעך סאַפּאָזניק אין סקאָקי, אילינוי

בײַם „אילינויער חורבן־מוזיי און דערציִונגס־צענטער‟ אין סקאָקי, אילינוי וועט הענעך סאַפּאָזניק האַלטן אַ רעפֿעראַט און געבן אַ קאָנצערט פֿון ייִדישער מוזיק, וואָס ער האָט געזאַמלט בעת זײַן קאַריערע ווי אַן עטנאָמוזיקאָלאָג. דער קאָנצערט קומט פֿאָר, זונטיק, דעם 28סטן סעפּטעמבער, 1:30 נאָכמיטאָג ווי אַ טייל פֿון דער יערלעכער קאָנצערט־סעריע לזכר דעם אָנדענק פֿון שׂרה לאַזאַרוס בײַם שיקאַגאָער „ייִוואָ‟. בילעטן מוז מען באַשטעלן פֿון פֿריִער דורכן וועבזײַטל פֿונעם חורבן־מוזיי //ilholocaustmuseum.org/events אָדער אָנקלינגען אין מוזיי 4889 967 847.

אינטענסיווער ייִדיש־סוף־וואָך לעבן באָסטאָן

דער באָסטאָנער „אַרבעטער־רינג‟, צוזאַמען מיט ד׳׳ר שבֿע צוקער און לאה לעוויט אָרדענען אײַן אַן אינטענסיוון ייִדיש־סוף־וואָך פֿאַר מיטנדיקע און אַוואַנסירטע סטודענטן. דער סוף־וואָך, וואָס מע וועט דורכפֿירן אין גאַנצן אויף ייִדיש, וועט פֿאָרקומען פֿונעם 31סטן אָקטאָבער ביזן 3טן נאָוועמבער אין ניוטאָן־צענטער, מאַסאַטשוסעטס, ניט ווײַט פֿון באָסטאָן. צווישן די פּלאַנירטע אַקטיוויטעטן וועט מען לייענען די סדרה פֿון דער וואָך אויף ייִדיש, הערן אַ קאָנצערט פֿון „פֿיש־סטריט קלעזמער‟, ווײַזן אַ פֿילם וועגן אַ ייִדישן שרײַבער און לייענען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

אַפּליקאַציעס וועלן אָנגענומען ווערן ביזן 19סטן סעפּטעמבער. כּדי צו רעזערווירן אַן אָרט אָדער צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט צו שבֿע צוקער: sczucker@aol.com.

קאָנפֿערענץ פֿון דעם „אַלוועלטלעכן פֿאַרבאַנד פֿון ייִדיש־קלובן‟

די יערעלעכע קאָנפֿערענץ פֿונעם „אַלוועלטלעכן פֿאַרבאַנד פֿון ייִדיש־קלובן‟ וועט זיך הײַיאָר טרעפֿן אין באָקאַ ראַטאָן, פֿלאָרידע, פֿונעם 14טן ביזן 17טן נאָוועמבער. די הײַיאָריקע טעמע פֿון דער קאָנפֿערענץ וועט זײַן „ייִדישע העלדן‟. צווישן די צענדליקער רעדנער וועלן זיך אויפֿטרעטן ד׳׳ר גענאַדי עסטרײַך, ד׳׳ר מיכאל קרוטיקאָוו, ד׳׳ר בערל זומאָף, ד׳׳ר שׂרה בענאָר, ד׳׳ר יוסף ווײַסמאַן, באָריס סאַנדלער און ד׳׳ר רפֿאל פֿינקל. רעגיסטראַציעס וועלן אָנגענומען ווערן ביזן 31סטן יולי. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע אָדער זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דער קאָנפֿערענץ, פֿאַרבינדט זיך מיט באַרבאַראַ גאָלדשטײן 1895 723 713, אָדער שרײַבט iayc2014@gmail.com.

ווינטער־פּראָגראַם פֿון אַשכּנזישער ציוויליזאַציע

צום 4טן מאָל וועט דער „ייִוואָ‟ אָנפֿירן, צוזאַמען מיט „באַרד קאָלעדזש‟, אַ פּראָגראַם אין יאַנואַר, געווידמעט דער אַשכּנזישער קולטור. די הײַיאָריקע פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען פֿונעם 5טן ביזן 22סטן יאַנואַר. צווישן די טעמעס וועט מען צושטעלן קלאַסן וועגן דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור; מין־ענינים בײַ ייִדן, און דער מאָדערנער העברעיִש אין מיזרח־אייראָפּע. מע וועט אויך לערנען אַ קורס וועגן אַב. קאַהאַן און דעם „פֿאָרווערטס‟. צווישן די לערערס וועלן זײַן שמואל קאַסאָוו, מאַגדאַ טעטער, גענאַדי עסטרײַך, אָדם קירש, צירל קוזניץ, עליסאַ בן־פּורת, מרים אודעל, רחמיאל פּעלץ, בעווערלי בייליס און יונתן ברעט.

די פֿולע פּרטים וועגן די קורסן וועט מען אין גיכן פֿאַרעפֿנטלעכן. נאָך אינפֿאָרמאַציע: פֿאַרבינדט זיך מיט דזשעסיקע יאָנג: 8290 606 917 אָדער jyoung@yivo.cjh.org.

„פֿישמאַן־פֿונדאַציע‟

די „פֿישמאַן־פֿונדאַציע‟ דערוואַרט סובווענץ־אַפּליקאַציעס פֿאַר נײַע פּראָיעקטן, וואָס טראָגן מיט זיך דעם ציל צו שטאַרקן די ייִדישע שפּראַך צווישן קינדער און יוגנט. דער הײַיאָריקער טערמין אַרײַנצושיקן אַן אַפּליקאַציע פֿאַר 2015 איז דער 26טער אָקטאָבער, 2014. אַלע אַפּליקאַציעס מוזן אָנגעשריבן ווערן אויף ייִדיש און נאָכפֿאָלגן די אינסטרוקציעס, וואָס ווערן דערקלערט אויפֿן וועבזײַטל פֿון דער פֿונדאַציע //www.fishmanfoundation.org/wwwfishmanfoundationorg/howtoapplyforagrant.html