דער געקעפּטער זשורנאַליסט — אַ ישׂראלדיקער ייִד

Beheaded Journalist Held Israeli Citizenship

סטיווען סאָטלאָף, דער צווייטער פֿון לינקס, שמועסט מיט די ליביער אויפֿשטענדלער, דרײַ יאָר צוריק
Etienne de Malglaive via Getty Images
סטיווען סאָטלאָף, דער צווייטער פֿון לינקס, שמועסט מיט די ליביער אויפֿשטענדלער, דרײַ יאָר צוריק

פֿון ייִט״אַ

Published September 04, 2014, issue of September 26, 2014.

מיטוואָך, דעם 3טן סעפּטעמבער, האָט דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסעריום איבערגעגעבן, אַז דער 31־יאָריקער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט סטיווען סאָטלאָף, וועלכן די ראַדיקאַלע מיליטאַנטישע אָרגאַניזאַציע „איסלאַמישע מלוכה‟ האָט געקעפּט אין סיריע, איז געווען אַ טאָפּלטער בירגער פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און האָט שטודירט אין ישׂראל.

ווען סאָטלאָף איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן, האָבן די ישׂראלדיקע אָפֿיציעלע איסטאַנצן נישט געוואָלט מפֿרסם זײַן דעם דאָזיקן פֿאַקט. דער דערמאָרדעטער זשורנאַליסט איז אויפֿגעוואַקסן אין מיאַמי, אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל אינעם יאָר 2005, און שטודירט די פּאָליטיק פֿון אויסערן־באַציִונגען אינעם „צווישן־דיסציפּלינאַרן צענטער‟, אַ פּריוואַטער קאָלעדזש אין הרצליה. שפּעטער האָט ער אָנגעהויבן אַרומפֿאָרן איבערן מיטל־מיזרח ווי אַ זשורנאַליסט; אינעם יאָר 2013 האָט ער זיך אומגעקערט קיין ישׂראל צוליב די „מכּביה‟־פֿאַרמעסטן.

דעם 4טן אויגוסט, מיט אַ יאָר צוריק, איז סאָטלאָף פֿאַרכאַפּט געוואָרן אין סיריע, וווּהין ער האָט זיך געלאָזט פֿאָרן פֿון טערקײַ. אַן אַנדער פֿאַרכאַפּטער, וועלכער איז שפּעטער באַפֿרײַט געוואָרן, האָט איבערגעגעבן, אַז דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־כּיפּור האָט דער זשורנאַליסט שטילערהייט געפֿאַסט און געדאַוונט; די פֿאַרכאַפּער האָבן דאָס נישט געוווּסט.

דינסטיק, דעם 2טן סעפּטעמבער, האָט די ראַדיקאַלע איסלאַמיסטישע אָרגאַניזאַציע פֿאַרעפֿנטלעכט דעם דרײַ־מינוטיקן ווידעאָ־עפּיזאָד, וווּ עס ווערט געוויזן, ווי סאָטלאָף ווערט געקעפּט, כּדי „צו שיקן אַמעריקע אַ צווייטע וואָרענונג‟. די אַמעריקאַנער אויסשפּיר־אינסטאַנצן האָבן באַשטעטיקט, אַז דער מאַטעריאַל איז אַן אויטענטישער, און געמאָלדן, אַז דער זשורנאַליסט איז דערמאָרדעט געוואָרן.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די מאַמע פֿונעם אומגעקומענעם, שירלי סאָטלאָף, געבעטן די פֿאַרכאַפּער צו האָבן רחמנות אויף איר זון און צוגעגעבן, אַז ער האָט זיך באַצויגן מיט סימפּאַטיע צו די מוסולמענער. דאָס האָט, אָבער, נישט געווירקט אויף דער אָרגאַניזאַציע, וואָס די מוסולמענישע לענדער באַטראַכטן אויך ווי אַ משונהדיק עקסטרעמיסטישע; מיט צוויי חדשים צוריק האָט די „איסלאַמישע מלוכה‟ דערקלערט, אַז זי האָט, כּלומרשט, געשאַפֿן אַ „וועלט־כאַליפֿאַט‟. דער אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט האָט אָנגערופֿן דעם מאָרד אַ „שוידערלעכער אַקט פֿון טעראָריזם קעגן די פֿאַראייניקטע שטאַטן‟.