הינטיש גליק

Lucky Dogs

אַ פּודל באַקומט אַ מאַניקור, אין פּאָמפּאַנאָ־ביטש, פֿלאָרידע
Getty Images
אַ פּודל באַקומט אַ מאַניקור, אין פּאָמפּאַנאָ־ביטש, פֿלאָרידע

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published September 05, 2014, issue of September 26, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)

און ווער קען פֿאַרגעסן קאַדיע מאַלאַדאָווסקיס פּאָעמע „די דאַמע מיטן הינטל‟? ווען די דאַמע פֿאָדערט:

„גיט אַהער מײַן באַגאַזש —
אַ קערבל,
אַ קעסטל,
אַ קליין טשעמאָדאַן,
אַ פּעקל,
אַ זעקל.
אַ פּודעלע גרויס ווי אַ פּינטל,
און אַ קליין הינטל.‟

דערווײַל איז איר הינטל פֿאַרשוווּנדן און אַנשטאָט דעם, ברענגט מען איר:

„אַ הונט,
אַ פּוד מיט אַ פֿונט.
גיט די דאַמע אַ קוויטש:
׳רוצח! אָט דאָס איז מײַן הונט?׳‟

קלערט מען איר אויף:

„אַז דרײַ טעג אין וועג איז איר הינטל קיין עין־הרע געוואַקסן און געוואָרן אַ הונט, אַ פּוד מיט אַ פֿונט.‟