דער אויפֿשטײַג פֿון נײַ־געבוירענע קינדער אין ישׂראל

Israel’s Stormy Baby Boom

Chen Leopold/Flash90

פֿון מאַרסי אָסטער (ייִט״אַ)

Published September 05, 2014, issue of September 26, 2014.

ס׳זעט אויס, אַז די שטורמישע גוסרעגנס, וואָס זענען אויסגעבראָכן אין ישׂראל מיט 9 חדשים צוריק, ברענגען איצט אַ נײַעם שטראָם — פֿון נײַ־געבוירענע קינדער. דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָבן די ישׂראלדיקע שפּיטעלער באַמערקט, אַז די צאָל עופֿעלעך איז פּלוצעם אויפֿגעשטיגן, אין פֿאַרגלײַך מיט אויגוסט 2013.

דער „מעדיצינישער צענטער אויפֿן נאָמען פֿון קאַפּלאַן‟ אין רחובֿות האָט איבערגעגעבן, אַז אין אויגוסט זענען דאָרטן געבוירן געוואָרן 700 קינדער. מיט אַ יאָר צוריק, במשך פֿונעם זעלבן חודש, האָט די צאָל נײַ־געבוירענע דערגרייכט נאָר 500 נפֿשות.

דער מעדיצינישער צענטער „סאָראָקאַ‟ אין באר־שבֿע, האָט איבערגעגעבן, אַז מיט אַ יאָר צוריק זענען אין אויגוסט געבוירן געוואָרן 1,300 קינדער. הײַיאָר, אינעם ספּעציעלן באַשיצטן צימער, וואָס האָט אָפּגעהיט די קימפּעטאָרינס פֿון די ראַקעט־אַטאַקן, זענען אינעם דאָזיקן שפּיטאָל געבוירן געוואָרן 1,484 עופֿעלעך.

די געבורט־סטאַטיסטיק ווערט געווירקט דורך פֿאַרשיידענע פֿאַקטאָרן — צומאָל גאַנץ טשיקאַווע און חידושדיקע. כּמעט דעם גאַנצן דעצעמבער האָבן זיך אין ישׂראל כּסדר געגאָסן שטאַרקע רעגנס. אינעם דרומדיקן ראַיאָן פֿונעם לאַנד איז אויסגעפֿאַלן אַן אומגעוויינטלעך געדיכטער שניי. צוליב דעם רעגנדיקן וועטער, האָט זיך אין אַ טייל צענטראַלע געגנטן אָפּגעשטעלט דאָס נאָרמאַלע אַקטיווע לעבן.

ווען אין דרויסן איז נישטאָ וואָס צו טאָן, פֿאַרברענגען די משפּחות זייער פֿרײַע צײַט אין דער היים. אָקסאַנאַ בעליאַעוו, אַ יונגע מאַמע, וועלכע האָט איצט געבוירן אַ קינד, האָט דערקלערט, אַז במשך פֿון עטלעכע טעג אין דעצעמבער איז זי געזעסן מיט איר מאַן אַ גאַנצן טאָג אין שטוב צוליב די שטורעמס. ממילא, האָבן זיי באַשלאָסן, אַז דאָס איז אַ גוטע צײַט צו „פֿאַרנעמען זיך אַקטיוו‟ מיטן פּלאַן צו האָבן אַ קינד.

עס שטעלט זיך אַ קשיא: וואָס האָבן די ישׂראלדיקע פּאָרפֿעלקער געטאָן בעת די ראַקעטן־אַטאַקן במשך פֿון די לעצטע צוויי חדשים? מסתּמא, האָט זיי אויך פֿאַרבראַכט מער צײַט איינער מיטן צווייטן אין שטוב. אַ סבֿרא, אַז אין נײַן חדשים אַרום וועלן די ישׂראלדיקע שפּיטעלער ווידער איבערגעגעבן אַן אומגעוויינטלעך גרויסע צאָל נײַ־געבוירענע קינדער.