„ווײַסע‟ פּריווילעגיע אין מיטל־מיזרח

White Privilege in the Middle East

אַ גרופּע איראַקער קריסטן געפֿינען אַ מקום־מיקלט אין אַ קאָמונאַלן צענטער אין דער קורדישער שטאָט אַרביל
Getty Images
אַ גרופּע איראַקער קריסטן געפֿינען אַ מקום־מיקלט אין אַ קאָמונאַלן צענטער אין דער קורדישער שטאָט אַרביל

פֿון שבֿע כּהן

Published September 07, 2014, issue of September 26, 2014.

אין די לעצטע וואָכן האָבן מיר געהערט זייער אַ סך רייד וועגן „ווײַסער פּריווילעגיע‟ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַפֿילו די ליבעראַלע סעקטאָרן פֿון דער ווײַסער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט איגנאָרירן די צרות און אַלגעמיינע פּראָבלעמען פֿון דער שוואַרצער געזעלשאַפֿט. דאָך, האַלט איך, אַז דער קאָנצעפּט פֿון פּריווילעגיע העלפֿט נישט און שאַפֿט פֿאַקטיש פּראָבלעמען, ספּעציעל אין מיטל-מיזרח. אייגנטלעך, זײַנען מענטשן אין אַמעריקע און אין דער מערבֿ-וועלט אין אַלגעמיין גרייט צו מאַכן זיך נישט וויסנדיק פֿון די פּײַניקונגען פֿון מינדערהייטן אין מיטל-מיזרח, כּל-זמן זיי האָבן, ווי מע קאָן מיינען, פּריווילעגיע אינעם מערבֿ.

מײַן סקעפּטיציזם וועגן „ווײַסער פּריווילעגיע‟ האָט זיך אָנגעהויבן פֿון מײַן זײַן אַ ייִדישע פֿרוי, וואָס שטודירט דעם ראַיאָן פֿון מיטל־מיזרח. איך האָב פֿון לאַנג באַמערקט, אַז נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די ייִדן זײַנען לויט דעם אַמעריקאַנער געזעץ „ווײַס‟, זײַנען מיר אויך היסטאָריש געווען נישט „גענוג ווײַס‟. אויך הײַנט איז דאָס זײַן ווײַס נאָר אַ לוקסוס פֿון די וועלטלעכע, אַסימילירטע ייִדן.

דאָס ערשטע מאָל אין לעבן, וואָס איך האָב דערפֿילט, אַז מען באַציט זיך צו מיר ווי צו אַ „ווײַסער‟, אָנשטאָט אַ „סעמיטישער‟, איז געווען בעת מײַן שטודירן אין אוניווערסיטעט. מ‘האָט עס געטאָן בכּיוון, כּדי אונטערצושטרײַכן דעם „פֿאַקט‟, אַז איך בין ראַסיסטיש און קאָלאָניאַליסטיש, ווײַל כ‘בין אַ ציוניסטקע. אַזוי איז געשטאַנען געשריבן אינעם וויכטיקן בוך „אָריענטאַליזם‟ פֿון עדוואַרד סאַיִד: „מען מוז באַטראַכטן די געדאַנקען פֿון די גרויסע העלדן פֿון דער מיטל-מיזרחדיקער אַקאַדעמיע נישט לויט זייער קוואַליטעט, נאָר לויט דער ראַסע פֿונעם אַקאַדעמיקער‟.

אויב עס וואָלט געווען נאָר אַן ענין פֿון אַקאַדעמיע אָדער פֿון ייִדן, וואָלטן מיר געקענט זיך טרייסטן מיט דעם געדאַנק, אַז דאָס איז סתּם אַ משוגעת פֿון דעם „העלפֿאַנדביין־טורעם‟, אָדער נאָר אַנטיסעמיטיזם; אָבער דער אמת איז, אַז דער קאָנצעפּט פֿון פּריווילעגיע לאָזט די אַמעריקאַנער אָנצורעדן אויף די לײַדן פֿון אַלע מינדערהייטן אינעם ראַיאָן, און נישט נאָר ייִדן.

צום בײַשפּיל, מע קאָן הערן זייער אָפֿט, אַז די דעפֿיניציע פֿון אַן אַראַבער מיינט אַ מענטש, וואָס רעדט אַראַביש ווי זײַן מאַמע-לשון. אַזאַ דעפֿיניציע מײַדט אויס די עקזיסטענץ פֿון די קאָפּטישע קריסטן אין עגיפּטן, און די אַראַמישע קריסטן אין איראַק און סיריע; ביידע אידענטיפֿיצירן זיך נישט ווי אַראַבער און רעדן אַראַביש נאָר צוליב דער אַראַבישער מוסולמענישער באַדריקונג. די הײַנטיקע אַראַביסטן טראַכטן נישט וועגן די רעליגיעזע און קולטורעלע מינדערהייטן אין די „אַראַבישע‟ מדינות.

עס איז נישט קיין חידוש, וואָס די קריסטן — סײַ אַראַבער און סײַ נישט די אַראַבער — אַנטלויפֿן פֿון גאַנץ מיטל-מיזרח, און זייער צאָל וואַקסט נאָר אין מדינת-ישׂראל. ס‘איז דאָך אַ פֿאַקט, אַז דער גורל פֿון דער יעזידישער קהילה אין איראַק האָט ערשט לעצטנס דערוועקט אַ זאָרג אין דער מערבֿ-וועלט; אין דער זעלבער צײַט, זײַנען אין די לעצטע 10 יאָר איבער אַ מיליאָן איראַקישע קריסטן געוואָרן פּליטים, און בלײַבן ביז הײַנט צו טאָג קרבנות פֿון איסלאַמישע עקסטרעמיסטן.

די גרויסע איראָניע איז, וואָס צוליב דער דיסקרימינאַציע פֿון די מוסולמענער און אַראַבער אין דער מערבֿ-וועלט, זײַנען צווישן זיי דאָ אַ סך אַקטיוויסטן, וואָס זענען גרייט צו פֿאַרזען די זעלבע דיסקרימינאַציע קעגן אַנדערע מינאָריטעטן, אָבער שוין אין מיטל-מיזרח! איך וווּנדער זיך שטענדיק צו זען יונגע שוואַרצע־לײַט, וועלכע טראָגן אַ קופֿיע און פּראָטעסטירן קעגן ישׂראל. זיי ווייסן, אַ פּנים, נישט, אַז די אַפֿריקאַנער זײַנען געווען שקלאַפֿן אין מיטל-מיזרחדיקע לענדער ביז די 1960ער יאָרן, מיט הונדערט יאָר מער ווי אין אַמעריקע? אַפֿילו הײַנט זעט מען אַן אונטערשייד צווישן די „ווײַסע בעדויִנער‟ און „שוואַרצע בעדויִנער‟; און קיין שום בעדויִנישער מאַן וועט נישט חתונה האָבן מיט אַ פֿרוי, וואָס איר הויט איז טונקעלער פֿון זײַן הויט.

מען זעט אויך דעם זעלבן פֿענאָמען בײַ די סעקסועלע מינדערהייטן. עס עקזיסטירן רײַזעס פֿון אייראָפּע פֿאַר האָמאָסעקסואַליסטן צו באַזוכן ישׂראל און די שטחים, כּדי צו שטיצן די פּאַלעסטינער; און תּמיד וואָרנט מען די דאָזיקע טוריסטן, זיי זאָלן באַהאַלטן זייערער סעקסועלע נטיה, געוויינטלעך, מיט עפּעס אַ תּירוץ קעגן די ישׂראלים! גיי, דערצייל עמעצן, אַז תּל-אָבֿיבֿ איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי די „הויפּט-שטאָט פֿון האָמאָסעקסואַליזם אין מיטל-מיזרח‟. דערווײַל, איז די מאַכט אין איראַן גרייט אויפֿן חשבון פֿון דער מלוכה צו דערלויבן די האָמאָסעקסואַליסטן צו בײַטן זייער מין דורך אַן אָפּעראַציע, אַבי זיי זאָלן אויפֿהערן צו זײַן האָמאָסעקסואַליסטן.

אַ וויכטיקער טייל פֿון פּריווילעגיע איז דער קאָנטעקסט. עס איז זיכער בעסער צו זײַן אַ קריסט איידער עפּעס אַנדערש אין אַמעריקע; אָבער דאָס מיינט נישט, אַז די קריסטן האָבן אַ פּריווילעגיע אין אַנדערע לענדער פֿון דער וועלט; עס באַרעכטיקט נישט די אַמעריקאַנער קריסטן דאָס איגנאָרירן דעם פּײַן פֿון זייערע גלויבנס־ברידער און שוועסטער אין די נישט-קריסטלעכע לענדער. די מוסולמענער און אַראַבער האָבן נישט קיין פּריווילעגיע אין אַמעריקע, אָבער דאָס מיינט אויך נישט, אַז מיר דאַרפֿן פֿאַרזען דעם פֿאַקט, אַז אין צענדליקער מדינות פֿון דער וועלט האָבן זיי יאָ פּריווילעגיע און באַעוולהן די מינדערהייטן, וואָס האָבן ניט אַזאַ פּריווילעגיע.