250 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר לעבן־געבליבענע קינדער

New $250M Fund For Child Survivors

קינדער אין דער וואַרשעווער געטאָ, נאָכן דורכגעפֿאַלענעם אויפֿשטאַנד פֿון 1943
Wiki Commons
קינדער אין דער וואַרשעווער געטאָ, נאָכן דורכגעפֿאַלענעם אויפֿשטאַנד פֿון 1943

פֿון ייִט״אַ

Published September 07, 2014, issue of September 26, 2014.

די דײַטשישע רעגירונג און די אָרגאַניזאַציעס „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די רעפּאַראַציע־ענינים לטובֿת די חורבן־געליטענע, האָבן באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ נײַעם ספּעציעלן פֿאָנד פֿון 250 מיליאָן, כּדי צו באַצאָלן געלט־קאָמפּענסאַציע פֿאַר די, וואָס זענען געווען קינדער, ווען זיי האָבן איבערגעלעבן דעם חורבן.

לויט דעם אָפּמאַך, וועלן די ייִדן, וואָס זענען געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1928 אָדער שפּעטער און זענען געווען פֿאַרשפּאַרט במשך פֿון לכל־הפּחות אַ האַלב יאָר אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער אָדער אַ געטאָ, געמוזט זיך אויסבאַהאַלטן אָדער זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַן אַנדער מענטש בעת דער צווייטער וועלט מלחמה, קאָנען באַקומען אַ סומע פֿון 2,500 אייראָ — בערך 3,280 דאָלאַר. די סומע קומט ווי אַ צוגאָב צו אַנדערע מינים חורבן־קאָמפּענסאַציע, וואָס די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס געהערן צו דער דאָזיקער קאַטעגאָריע, האָבן שוין באַקומען אָדער באַקומען נאָך אַלץ.

לויטן פּלאַן, וועט דער פֿאָנד זיך עפֿענען, אָנהייבנדיק פֿונעם 1טן יאַנואַר, 2015. יוליוס בערמאַן, דער פּרעזידענט פֿון דער „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟, האָט דערקלערט, אַז דער צוועק פֿון דער קאָמפּענסאַציע איז צו אָנערקענען „די פּסיכאָלאָגישע און מעדיצינישע טראַוומע פֿון די שרעקלעכע קינדער־יאָרן‟.

די דײַטשישע רעגירונג וועט געבן בערך 75 פּראָצענט פֿון דער סומע. דאָס רעשט וועט קומען פֿון אַ ספּעציעלן צווײַג בײַ דער „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟, וואָס פֿאַרקויפֿט די אומגעקערטע ייִדישע הײַזער אין מיזרח־דײַטשלאַנד, ווען עס גיט זיך נישט אײַן צו געפֿינען קיין יורשים, און נוצט אויס דאָס געלט פֿאַר קאָמפּענסאַציעס.

דער פּלאַן דאַרף נאָך באַשטעטיקט ווערן דורכן דײַטשישן פּאַרלאַמענט און דעם דירעקטאָראַט פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟. גרעג שנײַדער, דער אויספֿירלעכער וויצע־פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט באַמערקט, אַז די קינדהייט־טראַוומעס לאָזן איבער אַ טיפֿן שפּור אינעם שפּעטערדיקן לעבן, דערפֿאַר נייטיקן זיך די געליטענע, וואָס זענען געווען בעת דער מלחמה נישט עלטער פֿון 18 יאָר, אין אַ באַזונדערער קאָמפּענסאַציע. די געליטענע לײַדן נאָך אַלץ פֿון פֿיזישע פּראָבלעמען, וואָס זענען אַ רעזולטאַט פֿון הונגער און וווּנדן, ווי אויך פֿונעם פּסיכאָלאָגישן שאָק, ווײַל בעת דער מלחמה, זײַענדיק נאָך יונג, האָבן זיי געזען מיט זייערע אויגן די שוידערלעכע רציחה.