נײַעס פֿון מעלבורן

News From Melbourne

אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דער פֿאַשיסטישער פּאַרטײ „גאָלדענער באַגינען” אין אַטען, דעם 29סטן אויגוסט
אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דער פֿאַשיסטישער פּאַרטײ „גאָלדענער באַגינען” אין אַטען, דעם 29סטן אויגוסט

פֿון שרה זילבערמאַן

Published September 08, 2014, issue of September 26, 2014.

גריכישע פֿאַשיסטן ווערן דערלויבט צו באַזוכן אויסטראַליע

דרײַ פֿאָרשטייערס פֿון דער גריכישער פּאָליטישער פּאַרטיי „דער גאָלדענער פֿאַרטאָג‟ וועלן דערלויבט ווערן פֿונעם אויסטראַלישן אויסערן־מיניסטעריום צו באַזוכן אויסטראַליע במשך פֿונעם חודש אָקטאָבער הײַיאָר.

די פּאַרטיי דריקט עפֿנטלעך אויס איר פֿאַרערונג פֿון אַדאָלף היטלערן, וואָס זי באַשרײַבט ווי אַ „גרויסע פּערזענלעכקייט‟, כאָטש זי לייקנט, אַז זי איז אַ פֿאַשיסטישע פּאַרטיי. אַ פֿאָרשטייער פֿונעם אויסערן־מיניסטער זאָגט, אַז זײַן אָפּטיילונג האָט גאָרנישט קעגן דעם וויזיט פֿון דרײַ פֿאָרשטייערס פֿון דער פּאַרטיי, וואָס ווילן זאַמלען געלט און דערוואָרבן אונטערשטיצונג אין אויסטראַליע, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די דרײַ אָנפֿירערס פֿון דער פּאַרטיי זײַנען באַשולדיקט געוואָרן אין זייער היימלאַנד אין גרינדן אַ קרימינעלע אָרגאָניזאַציע נאָך דעם ווי אַ פּאַרטיי מיטגליד האָט צעשטאָכן אַ לינק-געשטימטן אַקטיוויסט אויף דער גאַס פֿאַר אַ קאַפֿע פֿאַראַיאָרן.

די פּאַרטיי האָט אָנגעפֿירט מיט אַ פּאָליטישער קאַמפּאַניע צום גריכישן פּאַרלאַמענט אין 2012 וואָס איז געווען אַנטי-אימיגראַנטיש און אַנטיסעמיטיש געשטימט. פֿאָרשטייערס פֿון דער לאָקאַלער ייִדישער באַפֿעלקערונג האָבן קאַטעגאָריש געטאַדלט די ביטע פֿון „דער גאָלדענער פֿאַרטאָג‟ צו שיקן מיטגלידער קיין אויסטראַליע און האָט אונטערגעשטראָכן, אַז אויב די פֿאָרשטייערס פֿון דער פּאַרטיי ווערן שוין יאָ דערלויבט צו באַזוכן אויסטראַליע, דאַרף דאָס זײַן בתּנאי אַז זיי זאָלן זיך אויפֿפֿירן לויטן אויסטראַלישן געזעץ, וואָס פֿאַרווערט אויסדרוקן פֿון ראַסיזם און אַנטיסעמיטיזם. טאָמער פֿירן זיי זיך נישט לויטן אויסטראַלישן געזעץ דאַרפֿן זיי גלײַך אַרויסגעשיקט ווערן פֿון לאַנד.

נײַער פֿילם וועגן אַ ייִדישן פּאַרטיזאַנער

דער מעלבורנער תּושבֿ ריטשאַרד ראָזען איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן בעת די 1930ער יאָרן. בעתן חורבן איז זײַן פֿאָטער געווען אַ דאָקטאָר בײַ די פּאַרטיזאַנער, וועלכע האָבן אויך אַרײַנגענומען דאָס ייִנגל ריטשאַרד אין זייער בריגאַדע. אַ טייל פֿון דער מלחמה האָט מען פֿאַרשטעלט דעם קליינעם ווי אַ שטום מיידל, כּדי אַנדערע זאָלן אים נישט חושד זײַן אין זײַן אַ ייִד, און אַ טייל פֿון דער מלחמה האָט ער געמוזט פֿאַרברענגען אין די ביימער פֿון די פּוילישע וועלדער, כּדי ער זאָל נישט פֿאַרלוירן גיין אין די וועלדער. ער איז געבליבן בײַ די פּאַרטיזאַנער אַפֿילו נאָכן טאַטנס טויט ביז צו דער באַפֿרײַונג. אין מעלבורן רעדט ריטשאַרד ראָזען מיט תּלמידים, תּלמידות און אַנדערע וועגן זײַנע איבערלעבונגען און איז טעטיק אינעם לאָקאַלן חורבן פֿאָרש-צענטער און מוזעום. אַ נײַער פֿילם איז געמאַכט געוואָרן וועגן זײַנע איבערלעבונגען וואָס הייסט „איך הייס ריטשאַרד ראָזען‟.

מעדאַלן פֿון אַ ייִדישן וועטעראַן אין סידנעיער ייִדישן מוזעום

דער ניו סאַוט וויילסער צווײַג פֿון דער ייִדישער וועטעראַנען-גרופּע „וויידזשעקס‟ האָט איבערגעגעבן די מעדאַלן פֿון אַ ייִדישן סאָלדאַט, וואָס האָט געדינט אין דער אויסטראַלישער אַרמיי במשך פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה און דאָקומענטן וועגן אים אינעם רשות פֿונעם סידנעיער ייִדישן מוזעום.

זיי וועלן ווערן אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג וועגן ייִדן אינעם אויסטראַלישן מיליטער בײַם מוזעום. קאַפּיטאַן דזשאָן העריס סעמיועלס האָט געדינט אין פּאַלעסטינע, סיריע, עגיפּטן און אין טאָברוק. זײַענדיק אַ דאָקטאָר פֿון מעדיצין, האָט סעמיועלס אָפּערירט אויף אַ פֿאַרוווּנדעטן סאָלדאַט בעת דער צווייטער שלאַכט וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אַלאַמיין, אַפֿריקע, אין 1942, ווען ער איז דערהרגעט געוואָרן, בעת די דײַטשן האָבן אויפֿגעריסן דאָס אָרט, וווּ ער האָט אָפּערירט אין מיטן פֿראָנט.

„וויידזשעקס” האָט געקויפֿט סעמיולס’ מעדאַלן צוזאַמען מיט די בריוו און דאָקומענטן וועגן אים אין חודש אויגוסט הײַיאָר. די אָרגאָניזאַציע זוכט איצט אינפֿאָרמאַציע און מאַטעריאַלן וועגן אַנדערע ייִדישע מענער און פֿרויען, וועלכע האָבן אַ מאָל געדינט אינעם אויסטראַלישן מיליטער פֿאַר אַ נײַ בוך אויף דער טעמע וואָס דאַרף דערשײַנען איבעראַיאָר, ווען אויסטראַליע און נײַ-זעלאַנד וועלן פֿײַערן הונדערט יאָר נאָך דער שלאַכט אין גאַליפּאָלי, טערקײַ.

ייִדישע וועטעראַנען דערמאָנען זיך אין זייערע איבערלעבונגען בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה

דעם ערשטן סעפּטעמבער האָט די וועלט געפֿײַערט פֿינף-און-זיבעציק יאָר נאָך דעם ווי נאַצי-דײַטשלאַנד איז באַפֿאַלן פּוילן און די צווייטע וועלט-מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן דעם ערשטן סעפּטעמבער, 1939. ייִדישע וועטעראַנען וועלכע האָבן געדינט אינעם אויסטראַלישן מיליטער האָבן אָפּגעמערקט די דאַטע דורכן איבערגעבן די נײַע דורות די פּרטים פֿון זייערע זכרונות פֿון יענער צײַט.

וועסלי בראַון איז אַלט געווען זעכצן יאָר דעמאָלט און האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן פֿאָטער האָט אין יענער צײַט אָנגעהויבן שלאָפֿן אין זײַן בעט אין סידנעי מיט אַ פּיסטויל אונטערן קישן, אויס מורא, אַז אויסטראַליע וועט אַטאַקירט ווערן. בראַון האָט זיך פֿאַרשריבן אין דער אויסטראַלישער לופֿט-פֿלאָטע אינעם טאָג פֿון זײַן אַכצנטן געבורטסטאָג און האָט געדינט אין ניו-גיני און אַנדערע פּאַציפֿיק-אינדזלען. ייִדישע מענער און פֿרויען האָבן געדינט אין דער אויסטראַלישער אַרמיי, אין דער ים-פֿלאָטע און אין דער לופֿט-פֿלאָטע במשך פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.