ישׂראל וויל איזאָלירן קאַטאַר — אַמעריקע איז נישט מסכּים

Israel Seeks To Isolate Qatar — But U.S. Resists

דער אויסערן־מיניסטער פֿון קאַטאַר, כאַלעד אַל־אַטיִאַ, באַטראַכט די אַנומלטיקע מלחמה אין עזה בעת אַן אויסעראָרדנטלעכער זיצונג אין קאַיִר.
Getty Images
דער אויסערן־מיניסטער פֿון קאַטאַר, כאַלעד אַל־אַטיִאַ, באַטראַכט די אַנומלטיקע מלחמה אין עזה בעת אַן אויסעראָרדנטלעכער זיצונג אין קאַיִר.

פֿון נתן גוטמאַן (Forward)

Published September 10, 2014, issue of September 26, 2014.

נישט לאַנג צוריק, האָט דער ישׂראלדיקער שליח בײַ דער „יו־ען‟ אָנגערופֿן קאַטאַר „אַ קוראָרט פֿאַר טעראָריסטן‟. לעצטנס, ווערט דער קליינער עמיראַט געשילדערט ווי אַ נײַע סכּנותדיקע מלוכה אינעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן סײַ פֿון די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער, סײַ דורך אַ ריי אַראַבישע לענדער. אין דעם פֿאַל, זענען זייערע אינטערעסן צונויפֿגעפֿאַלן.

נישט לאַנג צוריק איז קאַטאַר — דאָס לאַנד מיט דער העכסטער דורכשניטלעכער הכנסה אין דער וועלט — געווען באַקאַנט דווקא ווי אַ פֿרײַנדלעך לאַנד פֿאַר די ישׂראלים. נישט געקוקט אויף די אָנגעשטרענגטע באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער, האָבן די ישׂראלדיקע טוריסטן געקאָנט באַזוכן קאַטאַר אָן פּראָבלעמען; ביז הײַנט בלײַבט עס דאָס איינציקע לאַנד אינעם פּערסישן אײַנגוס, וואָס דערלויבט זיך דירעקט פֿאַרבינדן אויפֿן טעלעפֿאָן מיט ישׂראל. אַ צאָל ישׂראלדיקע פֿירמעס האַנדלען מיטן רײַכן עמיראַט; זיי טוען עס אָבער מיט דער הילף פֿון פֿאַרמיטלער, וואָס מעקן אויס די ישׂראלדיקע סימנים פֿון דער סחורה.

די נעגאַטיווע רעפּוטאַציע איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס זינט 2012 האָט „כאַמאַס‟ און אַנדערע, מער ראַדיקאַלע איסלאַמיסטישע גרופּעס, באַקומען פֿון קאַטאַר מער ווי 500 מיליאָן דאָלאַר שטיצע. להיפּוך צו ישׂראל, וויל די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע נישט קאַליע מאַכן אירע באַציִונגען מיטן לאַנד, וווּ עס געפֿינט זיך אַ גרויסע מיליטערישע באַזע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און וווּהין עס ווערט יעדעס יאָר עקספּאָרטירט די אַמעריקאַנער סחורה אויף אַ סומע פֿון כּמעט 5 מיליאַרד דאָלאַר.

אין קאַטאַר געפֿינען זיך אויך פֿיליאַלן פֿון זעקס אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן, ווי אויך דער „ברוקינגס־אינסטיטוט‟ מיט זײַן פֿאָרש־צענטער אין דער הויפּטשטאָט, דאָכאַ. ס׳זעט אויס, אַז אין וואַשינגטאָן קלײַבט מען זיך נישט צוצוהערן צו דער דעה פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג אין דער דאָזיקער פֿראַגע, צוליב די פֿעסטע פֿאַרבינדונגען צווישן די לענדער.

נישט לאַנג צוריק, ווען די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט אַנטדעקט אינעם עזה־פּאַס אַ מעכטיקע אינפֿראַסטרוקטור פֿון טונעלן און גרויסע סקלאַדן פֿון ראַקעטן, האָט מען חושד געווען, אַז „כאַמאַס‟ וואָלט נישט געקאָנט אויפֿשטעלן אַזאַ אינפֿראַסטרוקטור אָן די גרויסע נדבֿות פֿון דאָכאַ. די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער האָבן אויך שאַרף קריטיקירט די באַוויליקייט פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע מיטצואַרבעטן מיט קאַטאַר און טערקײַ, אַחוץ עגיפּטן, בעת די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט „כאַמאַס‟.

פּאַטריק טעראָס, אַ געוועזענער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין קאַטאַר, האָט באַמערקט, אַז, לויט זײַן מיינונג, וויל דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, אויסנוצן דאָס דאָזיקע לאַנד ווי אַ שׂעיר־לעזאזל, כּדי אויפֿצושטעלן זײַן קאַליע־געוואָרענע רעפּוטאַציע. טעראָס האָט צוגעגעבן, אַז די קאַטאַרישע רעגירונג גלייבט, אַז זי איז דער איינציקער כּוח, וואָס איז מסוגל צו דערגרייכן אַ לאַנג־אָנגייענדיקן אָפּמאַך צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟.

אַזוי צי אַזוי, זעט אויס, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג איז אויך נישט אינגאַנצן ברוגז אויף קאַטאַר. די אינפֿאָרמירטע קוואַלן פֿון ביידע לענדער גיבן איבער, אַז די זייערע רעגירונגען העלפֿן נאָך אַלץ שטילערהייט איינע דער צווייטער אין געוויסע ענינים, אויב אַפֿילו די אָפֿענע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען זענען הײַנט געוואָרן אוממעגלעך.