די „יו־ען‟ פּלאַנירט אויסצופֿאָרשן די צה״ל־אַטאַקן אויף שולן

U.N. to Investigate Israel’s Targeting of Schools

די פּאַלעסטינער לויפֿן אַוועק פֿון זייער באָמבאַרדירטער געגנט, כּדי זיך אויסצובאַהאַלטן אין אַ שול פֿון דער „יו־ען‟
Getty Images
די פּאַלעסטינער לויפֿן אַוועק פֿון זייער באָמבאַרדירטער געגנט, כּדי זיך אויסצובאַהאַלטן אין אַ שול פֿון דער „יו־ען‟

פֿון ייִט״אַ

Published September 11, 2014, issue of September 26, 2014.

די „יו־ען‟ קלײַבט זיך אויסצופֿאָרשן די ישׂראלדיקע אַטאַקן אויף דרײַ שולן, וואָס געהערן צו דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, בעת דער אַנומלטיקער מלחמה אינעם עזה־פּאַס. דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען‟, באַן קי־מון, האָט איבערגעגעבן וועגן דעם דער לאָנדאָנער אַראַבישער צײַטונג „אַל־כאַיאַט‟.

עטלעכע מיטאַרבעטער פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָבן בעת דער מלחמה געאַרבעט אין די שולן, האָבן זיך געפֿונען אין די בנינים, וווּ עס האָבן זיך אויסבאַהלטן די פּאַלעסטינער פּליטים פֿון די אַנדערע ערטער פֿונעם ראַיאָן, ווען די ישׂראלדיקע כּוחות האָבן זיי באָמבאַרדירט פֿון דער לופֿטן. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט געטענהט, אַז אין לכל־הפּחות דרײַ שולן פֿון דער „יו־ען‟ אינעם עזה־פּאַס האָבן די אָרטיקע טעראָריסטישע גרופּעס געהאַלטן סקלאַדן פֿון געווער.

פֿריִער, האָט דער „ראַט פֿאַר מענטשנרעכט‟ בײַ דער „יו־ען‟ אָנגעהויבן אַן אַנדער אויספֿאָרשונג, כּדי צו באַשטימען, צי ישׂראל איז באַגאַנגען מלחמה־פֿאַרברעכנס בעת דער 50־טאָגיקער אָפּעראַציע „צוק איתן‟. דער גענעראַל־סעקרעטאַר האָט דערקלערט, אַז דאָס זענען צוויי באַזונדערע אויספֿאָרשונגען.

לויט דער ישׂראלדיקער ווערסיע פֿון די געשעענישן, האָט צה״ל אַטאַקירט די שולן, ווײַל די פּאַלעסטינער מיליטאַנטן האָבן פֿון דאָרטן — אָדער פֿון די שול־הויפֿן, אָדער פֿון נאָענטע ערטער — באַשאָסן די ישׂראלדיקע טעריטאָריע מיט ראַקעטן. מיט דער דערמאָנטער ערשטער אויספֿאָרשונג פֿירט איצט אָן דער קאַנאַדישער ריכטער און פּראָפֿעסאָר וויליאַם שבת. ווען ער וועט פֿאַרענדיקן די דאָזיקע טעטיקייט, וועט מען אָנהייבן אויספֿאָרשן די ישׂראלדיקע מיליטערישע אַקציעס צום צווייטן מאָל.

באַן קי־מון האָט דערציילט דער לאָנדאָנער צײַטונג, אַז ער האָט שוין געוואָרנט די ישׂראלדיקע אָפֿיציעלע אינסטאַנצן וועגן דער פּלאַנירטער צווייטער אויספֿאָרשונג, וועלכע וועט זיך פֿאָקוסירן אויף די דערהרגעטע און פֿאַרוווּנדעטע מיטאַרבעטער פֿון דער „יו־ען‟, ווי אויך אויף דער צעשטערונג און צעשעדיקונג פֿון די בנינים, וואָס געהערן צו דער אָרגאַניזאַציע. אין דער זעלבער צײַט, וועט מען אויספֿאָרשן די מעשׂה מיטן אויסבאַהאַלטענעם פּאַלעסטינער געווער, כּדי צו באַשטימען, ווי אַזוי אַזאַ אַרסענאַל האָט זיך דאָרטן באַוויזן, אין סתּירה מיט די פֿרידלעכע צוועקן פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע שולן.