הונדערטער משפּחות בלײַבן אין מיזרח־אוקראַיִנע אויף ימים־נוראָים

Hundreds of Families Will Stay in Eastern Ukraine for High Holidays

אַ גרופּע קינדער פֿון ייִדישע משפּחות, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון מיזרח־אוקראַיִנע, אין אַ פּליטים־לאַגער אין כאַרקאָוו
Courtesy: Joint Distribution Committee
אַ גרופּע קינדער פֿון ייִדישע משפּחות, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון מיזרח־אוקראַיִנע, אין אַ פּליטים־לאַגער אין כאַרקאָוו

פֿון ייִט״אַ

Published September 11, 2014, issue of September 26, 2014.

הונדערטער ייִדישע משפּחות וועלן בלײַבן אין די אומרויִקע שטעט פֿון מיזרח־אוקראַיִנע, דאָנעצק און מאַריופּאָל אויף ראש־השנה און יום־כּיפּור.

די משפּחות האָפֿן, אַז עס וועט זײַן שטיל, נאָך דעם ווי די אוקראַיִנישע כּוחות און די פּראָ־רוסישע מיליצן האָבן אונטערגעשריבן אַ פֿײַער־איבעררײַס די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט געמאָלדן דער הויפּט־רבֿ פֿון דאָנעצק, פּנחס ווישעדסקי.

„הונדערטער משפּחות זענען שוין אַוועק, אָבער הונדערטער אַנדערע זענען געבליבן אין מאַריופּאָל און אין אַנדערע ערטער, האָפֿנדיק, אַז דער וואָפֿן־שטילשטאַנד וועט אָנהאַלטן,‟ האָט ווישעדסקי געזאָגט. אַ צאָל אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט דעם חב״ד און דער „אינטערנאַציאָנאַלער ברודערשאַפֿט פֿון קריסטן און ייִדן‟, האָבן שוין געהאָלפֿן צו עוואַקויִרן טויזנטער ייִדן פֿון דאָנעצק, לוגאַנסק און מאַריופּאָל, און זיי איבערגעפֿירט אין זיכערערע טיילן פֿון לאַנד, צוליב די טייטלעכע געשלעגן צווישן די רעגירונג־כּוחות און די פּראָ־רוסישע מיליצלײַט, האָט הרבֿ יחיאל עקשטיין, דער גרינדער פֿון דער „ברודערשאַפֿט‟, דערקלערט פֿאַר דער ייִט״אַ.

מער ווי אַ טוץ ייִדן, און הונדערטער נישט־ייִדן, זענען שוין אומגעקומען צוליב די געשלעגן, האָט עקשטיין צוגעגעבן.

אַ טייל משפּחות פֿון דאָנעצק, וווּ עס זענען פֿאָרגעקומען די בלוטיקסטע שלאַכטן, האָבן זיך לכתּחילה איבערגעקליבן אין מאַריופּאָל, אָבער דערנאָך געמוזט זיך ווידער איבערציִען, ווען די קאַמפֿן האָבן זיך דערנענטערט צו דער שטאָט.

„די ייִדן, וועלכע האָבן געוואָלט אַנטלויפֿן, זענען שוין נישטאָ, אָבער דערווײַל זענען געבליבן הונדערטער אַנדערע משפּחות, וואָס קענען נישט אַוועק פֿאַר די יום־טובֿים צוליב זייערע קרובֿים.‟

די ייִדישע קהילה אין דנעפּראָפּעטראָווסק, אַ גרויסע שטאָט אין מיזרח־אוקראַיִנע, וווּ עס זענען נישט פֿאָרגעקומען קיין קאַמפֿן, האָט שוין אײַנגעקויפֿט עטלעכע טאָן שפּײַז פֿאַר די נויט־באַדערפֿטיקע. דערווײַל שטייען אײַן צענדליקער ייִדישע פּליטים אין די לאָקאַלן, צוגעגרייט פֿון דער דנעפּראָפּראָטאָווסקער קהילה.