אָבאַמאַ זאָגט צו צו צעשטערן ISIS

Obama Pledges to Destroy ISIS

דער פּרעזידענט אָבאַמאַ האַלט אַ רעדע בײַם „פּענטאַגאָן‟ דעם  11טן סעפּטעמבער, 2014
Getty Images
דער פּרעזידענט אָבאַמאַ האַלט אַ רעדע בײַם „פּענטאַגאָן‟ דעם 11טן סעפּטעמבער, 2014

פֿון ייִט״אַ

Published September 11, 2014, issue of October 10, 2014.

מיטוואָך, דעם 10טן סעפּטעמבער, האָט דער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַראַק אָבאַמאַ, צוגעזאָגט צו „צעשטערן‟ די אָרגאַניזאַציע „די איסלאַמישע מלוכה פֿון איראַק און לעוואַנט‟, באַקאַנט אויף ענגליש מיט די ראָשי־תּיבֿות ISIS אָדער ISIL. דער פּרעזידענט האָט דערמאָנט, צווישן אַנדערע סיבות, די מעגלעכע סכּנה פֿון טעראָריסטישע אַטאַקן אויף דער אַמעריקאַנער טעריטאָריע.

בעת זײַן אויפֿטריט אינעם „ווײַסן הויז‟, ערבֿ דעם 13סטן יאָרטאָג פֿון די טעראָר־אַטאַקן אויף די צווילינג־טורעמס אין ניו־יאָרק, האָט אָבאַמאַ געמאָלדן, אַז זײַן אַדמיניסטראַציע שטעלט „דעם קלאָרן ציל‟ אונטערצערײַסן און אינגאַנצן צעשטערן די אָרגאַניזאַציע דורך „אַ מאַסשטאַביקער און דורכגעטראַכטער אַנטי־טעראָריסטישער סטראַטעגיע‟. ווי מיטלען דאָס צו דערגרייכן, האָט ער דערמאָנט לופֿט־באָמבאַרדירונגען און ספּעציעלע צוגרייטונגען פֿון דער איראַקישער אַרמיי, כּדי זי זאָל פּטור ווערן פֿון דער טעראָר־אָרגאַניזאַציע.

אָבאַמאַ האָט דערקלערט, אַז ער קאָן זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף דער סירישער רעגירונג, אין שפּיץ מיטן פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד, וואָס טעראָריזירט אירע אייגענע בירגער. אַדרבה, ער האָט באַטאָנט, אַז די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע דאַרף שטיצן די סירישע אָפּאָזיציע, ווי די בעסטע אַלטערנאַטיוו צו אַזעלכע עקסטרעמיסטישע גרופּעס, ווי ISIS, כּדי צו לייזן דעם פּאָליטישן קריזיס אין סיריע.

לויט דעם פּרעזידענט, האָבן טויזנטער מענטשן פֿון די מערבֿדיקע לענדער, אַרײַנגערעכנט מער ווי 100 אַמעריקאַנער, זיך פֿאַראייניקט מיט די מיליטאַנטן פֿון ISIS אין סיריע און איראַק. אָבאַמאַ האָט געזאָגט, אַז אַזעלכע מענטשן, וואָס האָבן זיך טרענירט און געקעמפֿט אין עכטע שלאַכטן, קאָנען פּרוּוון זיך אומגעקערן אַהיים און זיך פֿאַרנעמען מיט טעראָריסטישע אַטאַקן. דער אַמעריקאַנער פֿירער האָט צוגעגעבן, אַז הגם מע האָט נישט באַמערקט קיין קאָנקרעטע סימנים פֿון פּלאַנירטע אָנפֿאַלן, האָט די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע געסטראַשעט אַמעריקע און אירע אַליִיִרטע.

אָבאַמאַ האָט נישט דערקלערט, צי זײַן רעגירונג וועט קאָאָפּערירן אין דער דאָזיקער פֿראַגע מיט איראַן. די איראַנישע רעגירונג העלפֿט סיריע און איראַק אָפּצושטעלן די עקסטרעמיסטישע אָרגאַניזאַציע.

13טער יאָרצײַט נאָך די אומגעקומענע דעם 11טן סעפּטעמבער 2001