לערער שאַפֿן אייגענע המצאות אין די אָרעמסטע ישׂראלדיקע שולן

Teachers Improvise Fixes in Israel’s Poorest Schools

ישׂראלדיקע שול־תּלמידים באַטייליקן זיך אין אַ ספּעציעלער פּראָגראַם פֿאַר אָרעמע קינדער אין דער פֿרומער מלוכישער שול אויפֿן נאָמען פֿון סעדיה גאָון.
Ben Sales
ישׂראלדיקע שול־תּלמידים באַטייליקן זיך אין אַ ספּעציעלער פּראָגראַם פֿאַר אָרעמע קינדער אין דער פֿרומער מלוכישער שול אויפֿן נאָמען פֿון סעדיה גאָון.

פֿון בען סיילז (ייִט״אַ)

Published September 12, 2014, issue of October 10, 2014.

ווען אָשר נחמני האָט געוואָלט קויפֿן אַ קאָמפּיוטעריזירטן טאָוול פֿאַר זײַנע תּלמידים, אינעם יאָר 2008, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז די שול, וווּ ער באַקענט קליינע קינדער מיט די מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס, האָט נישט גענוג געלט אויסצושטאַטן דעם קלאַס מיט אַזאַ מכשיר.

דער לערער האָט זיך געגעבן אַן עצה, און געשאַפֿן אַזאַ מכשיר אַליין. ער האָט געקויפֿט אַ קאָנטראָלער־סכעמע פֿון דער שפּילערײַ־קאָנסאָל פֿאַר „נינטענדאָ‟ און צוגעלאָנטשעט עס צו אַן אינפֿראַ־רויטן ליכט־דיאָד, וועלכן ער האָט אַרויסגענומען פֿון זײַן קאָנטראָל־מכשיר פֿאַרן טעלעוויזאָר. אויפֿן סמך פֿון זײַנע המצאות און אומזיסטע פּראָגראַמען פֿון דער אינטערנעץ, האָט ער געשאַפֿן אַ פּראָיעקטאָר, וואָס דערמעגלעכט צו צייכענען אויף אַ קאָמפּיוטער און צו ווײַזן דאָס בילד אויף דער וואַנט.

די מעשׂה איז פֿאָרגעקומען אין דער שול „אַשלים‟, די עלטסטע עלעמענטאַר־שול אין דער ישׂראלדיקער שטאָט אופֿקים, וואָס לײַדט שוין לאַנג פֿון אַ כראָנישן פֿינאַנציעלן מאַנגל. די לערער דערטראַכטן זיך אָפֿט צו אַזעלכע אימפּראָוויזירטע המצאות. צומאָל קויפֿן זיי די נייטיקע מאַטעריאַלן אויף זייער אייגענעם חשבון; צומאָל גיבן די שכנים זיי פֿאַר אַ נדבֿה.

יעל סגבֿ, די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער שול, האָט דערציילט, אַז די לערער באַצאָלן צומאָל אַליין פֿאַרן שפּײַז, וואָס די אָרעמע קינדער קאָנען נישט קריגן אַליין. די פֿאַרוואַלטערין איז אויך מנדבֿ צען פּראָצענט פֿון אירע שׂכירות ווי צדקה לטובֿת איר שול. זי האָט דערקלערט, אַז דער קליינער בודזשעט פֿון דער אָרטיקער מוניציפּאַליטעט דערמעגלעכט נישט צו דעקן די הוצאות.

דער חילוק צווישן די באַדינגונגען אין די אָרעמע און רײַכע ישׂראלדיקע בילדונג־אַנשטאַלטן איז אַ ריזיקער, אַ סך גרעסער ווי אין ס׳רובֿ מערבֿדיקע לענדער. כּדי צו לייזן די דאָזיקע פּראָבלעם, האָט מען געשאַפֿן אַ צאָל נישט־קאָמערציעלע בילדונג־פּראָיעקטן. אַ גרויסער טייל פֿונעם אַחריות צו באַזאָרגן די שולן מיט די נייטיקע מאַטעריאַלן און מכשירים ליגט אָבער אויף די פּלייצעס פֿון די לערער.

לויט דער ישׂראלדיקער צענטראַלער ביוראָ פֿון סטאַטיסטיק, האָט די אָרטיקע אַדמיניסטראַציע פֿון אופֿקים אויסגעגעבן אינעם יאָר 2012 אַ סומע פֿון 1,629 דאָלאַר לטובֿת יעדן שול־תּלמיד — אַ סך ווייניקער ווי, למשל, 3,613 דאָלאַר, וואָס די מוניציפּאַליטעט טיילט אויס אין דער פֿאַרמעגלעכער שטאָט רמת־השרון, אַ תּל־אָבֿיבֿער פֿאָרשטאָט. דער ישׂראלדיקער בילדונג־מיניסטערים האָט נישט געענטפֿערט, ווען די ייִט״אַ האָט געבעטן די אינפֿאָרמאַציע, וויפֿל ספּעציעלע סובסודיעס מע טיילט אויס פֿאַר אָרעמע שולן.