ייִדישע פֿירער טרעפֿן זיך מיט דער אונגערישער רעגירונג

Jewish leaders Meet With Hungarian Government

די אונגערישע ייִדן מערקן אָפּ דעם 70סטן יאָרטאָג פֿון דער נאַצי־איוואַזיע אין זייער לאַנד
Getty Images
די אונגערישע ייִדן מערקן אָפּ דעם 70סטן יאָרטאָג פֿון דער נאַצי־איוואַזיע אין זייער לאַנד

פֿון ייִט״אַ

Published September 14, 2014, issue of October 10, 2014.

דעם 9טן סעפּטעמבער האָבן אַ צאָל פֿאָרשטייער פֿונעם אונגערישן פּאַרלאַמענט זיך געטראָפֿן מיט די מנהיגים פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. אַזאַ צוזאַמענטרעף איז געשען צום ערשטן מאָל נאָך אַ לאַנגן איבעררײַס פֿון די באַציִונגען צווישן דער רעגירונג און די קהילה־אָרגאַניזאַציעס, וועלכער האָט געדויערט מער ווי אַ יאָר.

יאַנאָש לאַזאַר, דער הויפּט־פֿאַרמיטלער מצד דער רעגירונג, האָט איבערגעגעבן, אַז די באַטייליקטע האָבן מער ווי פֿיר שעה באַהאַנדלט אינעם פּאַרלאַמענט־בנין אַכט פֿראַגעס, וואָס זענען באַזונדערס וויכטיק פֿאַר דער ייִדישער קהילה, אַרײַנגערעכנט די פּראָבלעם פֿון אַנטיסעמיטיזם. די אונגערישע פּאָליטיקער האָבן צוגעזאָגט, אַז זיי וועלן נישט דערלאָזן וועלכע־ניט־איז טאָלעראַנץ צו אַנטי־ייִדישער שׂינאה.

די סיבה, וועלכע האָט גורם געווען דעם לאַנגן איבעררײַס אין די באַציִונגען מיט דער רעגירונג — דהײַנו, דעם סתּירותדיקן אָנדענק לזכר דער דײַטשישער אָקופּאַציע — האָבן די באַטייליקטע דווקא נישט דערמאָנט בכלל. דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, איז דער מאָנומענט אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין דער בודאַפּעשטער נידער־שטאָט.

די ייִדישע קהילה איז נישט צופֿרידן מיט דעם, וואָס דער דענקמאָל רעפּרעזענטירט אונגערן ווי אַן אומשולדיקן קרבן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע, איגנאָרירנדיק די גרויסע ראָלע, וואָס די אונגערישע פּאָליטיקער האָבן געשפּילט אינעם ייִדישן חורבן. נישט געקוקט אויף דער באַגעגעניש מיט דער רעגירונג, איז די ייִדישע קהילה ממשיך ווײַטער דעם בויקאָט קעגן די מלוכישע אונטערנעמונגען אין שײַכות מיטן 70סטן יאָרטאָג נאָכן אָנהייב פֿונעם ייִדישן חורבן, כּל־זמן די רעגירונג אָנערקענט נישט די ראָלע פֿון די אָרטיקע פּאָליטיקער אינעם נאַצי־גענאָציד.

צווישן אַנדערע פֿראַגעס, האָבן די פֿאַרזאַמלטע באַטראַכט דעם סאָציאַל־עקאָנאָמישן מצבֿ פֿון די עלטעכע ייִדן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, די מלוכישע סובסידיעס פֿאַרן רעסטאַוורירן די ייִדישע בית־עולמס אינעם לאַנד, און די פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַרן רעמאָנט פֿון עטלעכע שיל־בנינים. אַנדראַש הײַזלער, דער פֿעדעראַציע־פּרעזידענט פֿון די ייִדישע קהילות אין אונגערן, האָט געזאָגט, אַז אַ סך וויכטיקע פֿראַגעס האָט מען נאָך נישט באַהאַנדלט, און עטלעכע קשיאות זענען געבליבן נישט פֿאַרענטפֿערט. די קהילה־פֿירער קלײַבן זיך ממשיך צו זײַן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער רעגירונג.