נײַעס פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published September 15, 2014, issue of October 10, 2014.

מדינת־ישׂראל נעמט נישט אָן דעם אַמבאַסאַדאָר פֿון נײַ-זעלאַנד

דער אויסערן-מיניסטעריום פֿון מדינת-ישׂראל האָט נישט אָנגענומען דעם נײַעם אַמבאַסאַדאָר פֿון נײַ-זעלאַנד, וואָס דאַרף אויך דינען ווי דער אַמבאַסאַדאָר צו די פּאַלעסטינער, אַזוי ווי עס זײַנען געווען די צוויי פֿריִערדיקע אַבאַסאַדאָרן. די רעגירונג זאָגט, אַז זי האָט נישט געוווּסט, אַז די צוויי פֿריִערדיקע אַמבאַסאַדאָרן האָבן אויך געדינט ווי ניי־זעלאַנדס אַמבאַסאַדאָרן צו די פּאַלעסטינער.

רבנים טאַדלען פּלאַן צו דערלויבן דאָקטוירים העלפֿן שווער קראַנקע שטאַרבן גיכער

דער אויסטראַלישער ועד הרבנים, וואָס באַשטייט נאָר פֿון אָרטאָדאָקסישע רבנים, האָט געטאַדלט אַ נײַעם געזעץ-פּלאַן אינעם אויסטראַלישן סענאַט, וואָס וואָלט דערמעגלעכט, אַז דאָקטוירים זאָלן מעגן העלפֿן שטערבלעך קראַנקע פּאַציענטן צו שטאַרבן גיכער און אויף אַ בכּבֿודיקן אופֿן. דער געזעץ-פּלאַן איז פֿאָרגעלייגט געוואָרן פֿון סענאַטאָרן פֿון דער „גרינער פּאַרטיי‟. דער ועד הרבנים טענהט אַז אַזאַ פּלאַן איז „אוממאָראָליש” און האָט גאָרנישט צו טאָן מיט דער אַרבעט פֿון דאָקטוירים — דאָס הייסט, צו היילן פּאַציענטן. די רבנים האָבן אויך פֿאַרגליכן דעם פּלאַן צו דער נאַצישער אידעאָלאָגיע פֿון דערהרגענען די קראַנקע און די וועלכע האָבן פֿיזישע אָדער גײַסטיקע מניעות.

אָוונטברויט ברענגט צונויף פֿאָרשטייער פֿון ייִדישע און אינדישע אָרגאָניזאַציעס

פֿאָרשטייערס פֿון דער מעלבורנער ייִדישער קהילע האָבן זיך געטראָפֿן מיט פֿאָרשטייערס פֿון צוואַנציק אויסטראַליש-אינידישע אָרגאָניזאַציעס צום ערשטן מאָל בײַ אַ ספּעציעלן אָוונטברויט אין מעלבורן. זיי האָבן גערעדט, צווישן אַנדערע טעמעס, וועגן דער אימיגראַציע פֿון ביידע פֿעלקער קיין אויסטראַליע און וועגן דער ייִדישער קהילה אין אינדיע, וואָס עקסיסטירט שוין העכער צוויי און אַ האַלב טויזנט יאָר אָן צו לײַדן פֿון אַנטי-סעמיטיזם.

דער מוט צו זאָרגן זיך פֿאַר אַנדערע

דער לאָקאַלער „בני-ברית‟ אָרגאָניזאַציע האָט שוין פֿון לאַנג צוגעגרייט אַן אויסשטעלונג וועגן די חסידי עומות העולם וואָס הייסט „דער מוט צו זאָרגן זיך פֿאַר אַנדערע‟. די אויסשטעלונג ווערט געוויזן אין נישט-ייִדישע אינסטיטוציעס אַ לענגערע צײַט און ווערט באַטראַכט ווי אַ וויכטיקער מיטל צו באַקעמפֿן דעם ראַסיזם און דעם אַנטי-סעמיטיזם.

מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה פֿאָרן מיט מיט דער אויסשטעלונג און דערציילן די וועלכע קומען זען די אויסשטעלונג וועגן זייערע פּערזענלעכע איבערלעבונגען אונטער דער נאַצישער הערשאַפֿט. מער ווי אַכציק טויזנט סטודענטן האָבן שוין געזען די אויסשטעלונג, וואָס געפֿינט זיך איצט אויפֿן קעמפּוס פֿון דיקאָן־אוניווערסיטעט אין דער שטאָט דזשילאָנג אין וויקטאָריע. כאָטש עס איז אַ מאָל געווען אַ שיל אין דזשילאָנג, וווינען זייער ווייניק ייִדן אין דער שטאָט די לעצטע יאָרצענדליקער. עס עקסיסטירט שוין פֿון לאַנג נישט קיין אָרגאָניזירט ייִדיש לעבן אין דזשילאָנג.

מוזיקאַלישער עסטעדפֿאָד פֿאַר ייִדישער יוגנט 2014

שוין יאָרן ווי דער „בני־ברית‟ אין מעלבורן פֿירט אָן מיט אַ מוזיקאַלישן עסטעדפֿאָד-קאָנקורס פֿאַר ייִדישע קינדער און יוגנטלעכע וועלכע לערנען זיך אין פֿאָלקשולן, מיטלשולן און אוניווערסיטעטן פֿאַר ראש-השנה. עס נעמען אָנטייל זינגערס, אינסטרומענטאַליסטן, טאָגשול־כאָרן, קאַפּעליעס, יחידים און גרופּעס. די אָנטיילנעמערס ווערן דערמוטיקט פֿאָרצושטעלן אין ייִדיש און העברעיִש במשך פֿונעם עסטעדפֿאָדס סוף-קאָנצערט. פּריזן ווערן צוגעטיילט צו די געווינערס, קינדער און יוגנטלעכע, פֿון יעדן באַשטאַנדטייל: קלאַסיש געזאַנג, קלאַסיש סטרונע-אינסטרומענט, הײַנט-צײַטיק געזאַנג, קלאַסיש פּיאַנע, הײַנט-צײַטיק פּיאַנע, און ייִדיש און העברעיִש געזאַנג.

ייִדישער קאָמיקער געווינט פּרעמיע פֿאַר זײַן ערשט בוך

דזשאָן סאַפֿראַן און זײַן ערשטן בוך, „מאָרד אין מיסיסיפּי”
דזשאָן סאַפֿראַן און זײַן ערשטן בוך, „מאָרד אין מיסיסיפּי”

דער מעלבורנער קאָמיקער דזשאָן סאַפֿראַן האָט געוווּנען די אויסטראַלישע „נעד קעלי פּרעמיע‟ פֿאַר אַ בוך וועגן אַ פֿאַרברעכן פֿאַר זײַן ערשט בוך, וואָס הייסט „מאָרד אין מיסיסיפּי”. דאָס בוך איז ערשט אַרויס פֿון דרוק הײַ-יאָר. דאָס בוך דערציילט וועגן דעם מאָרד פֿון אַ באַקאַנטן ראַסיסט אין דער אַמעריקאַנער שטאַט מיסיסיפּי. סאַפֿראַן האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע אומבאַקוועמע טעג מיט דעם ראַסיסט מיט עטלעכע יאָר צוריק בעת ער האָט געאַרבעט אויף אַ דאָקומענטאַר און האָט געשריבן וועגן דעם משפּט פֿון דעם וואָס האָט אומגעבראַכט דעם ראַסיסט פֿאַר דער אויסטראַלישער פּרעסע. די „נעד קעלי פּרעמיע‟ ווערט צוגעטיילט יאָר-יערלעך זינט 1995. סאַפֿראַן איז באַקאַנט אין אויסטראַליע פֿאַר זײַן אַרבעט אויף טעלעוויזיע און ראַדיאָ און אויך פֿאַר זײַנע דאָקומענטאַר-פֿילמען.

„מכּבי-אויסטראַליע‟ ספּאָרט־פּרעמיעס

די ספּאָרט אָרגאָניזאַציע „מכּבי אויסטראַליע‟ האָט לעצטנס צוגעטיילט פּרעמיעס צו די בעסטע ייִדישע ספּאָרטלער אין אויסטראַליע פֿאַרן יאָר 2013. די בעסטע ספּאָרטלער זײַנען געווען עמוס גאָלאַך, אַ טרײַאַטלעטיקער פֿון מערבֿ-אויסטראַליע, און דזשעסיקע פֿאָקס, אַ סלאַלאַם קאַנויִסט פֿון ניו-סאַוט-וויילס.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.