פּוילישער קינאָ: קרומע נעז און אַ שלעכטער ייִדיש

Polish Cinema: Hooked Noses and an Awful Yiddish

דער רעזשיסאָר ווויטשעך סמאַרזאָווזקי
דער רעזשיסאָר ווויטשעך סמאַרזאָווזקי

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 16, 2014, issue of October 10, 2014.

אין פּוילן אַרבעט מען די טעג אויף אַ נײַעם פֿילם וועגן דער וואָלינער שחיטה. די וואָלינער שחיטה איז אַ מאָדערנע איבערחזרונג פֿון גזירות ת״ח ות״ט — די מוראדיקע כמעלניצקי־פּאָגראָמען. פּונקט ווי אין 1649-1648, האָבן די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן געשאָכטן פּאָליאַקן און ייִדן, בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, כּדי וואָלין און מיזרח־גאַליציע זאָלן בלײַבן ריין־אוקראַיִניש.

די וואָלינער שחיטה האָט געדויערט אַן ערך אָנדערטהאַלבן יאָר, פֿון יולי 1943 ביז סוף 1944. די אוקראַיִנישע סטראַטעגיע איז געווען אויסצונוצן דעם פֿאַקט, וואָס די פּוילישע מלוכה האָט פֿאַרלוירן דעם קריג קעגן די דײַטשן, אוןבשיצט מער נישט די פּוילישע און פּויליש-ייִדישע באַפֿעלקערונג אין די מיזרח-טעריטאָריעס פֿון לאַנד. אַן ערך פֿופֿציק טויזנט פּאָליאַקן און ייִדן זענען דעמאָלט דערמאָרדעט געוואָרן, דאָס רובֿ — פֿרויען און קינדער.

דער רעזשיסאָר ווויטשעך סמאַרזאָווזקי זוכט לעצטנס אַקטיאָרן מיט אַן אַזוי־גערופֿענעם „ייִדישן אויסזען‟. זיי דאַרפֿן רעדן ייִדיש אויך. איז ווי זעט אויס אַ ייִד? לויט די פּוילישע רעזשיסאָרן האָבן ייִדן, דאָס רובֿ, הויקערדיקע נעז. פּאָל ניומאַן, דער גרויסער ייִדישער-אַמעריקאַנער אַקטיאָר וואָלט מסתּמא געבליבן אין וואַרשע אָן אַרבעט, ווײַל סטײַטש, ער האָט, נעבעך, געהאַט אַ שיינע נאָז און קלאָרע בלויע אויגן. צוריק געשמועסט, אפֿשר זענען די פּוילישע רעזשיסאָרן גערעכט. אפֿשר האָבן אַלע ייִדן קרומע נעז?

דער גרויסער לינגוויסט, אוריאל ווײַנרײַך, האָט געשריבן וועגן אָט דעם ענין: „אַ סך מענטשן מיינען, אַז לויט דער נאָז קען מען וויסן, ווער עס איז אַ ייִד און ווער ניט. די ייִדישע נאָז, זאָגט מען, האָט אַ ספּעציעלע הויקערדיקע פֿאָרעם. אָבער צי איז דאָס טאַקע דער אמת? וואָס זאָגט וועגן דעם די אַנטראָפּאָלאָגיע? אַן אַנטראָפּאָלאָג האָט אַ מאָל געפֿאָרשט די פֿאָרעם פֿון דער נאָז בײַ 4,000 ייִדן אין ניו-יאָרק‟, דערציילט אוריאל ווײַנרײַך, און אָט, וואָס ער האָט געפֿונען: אַן ערך 60 פּראָצענט פֿון די ייִדן האָבן גלײַכע נעז, אַן ערך 20 פּראָצענט פֿון די ייִדן האָבן קורצע נעז, כּמעט 15 פּראָצענט האָבן קרומע נעז, און דאָס רעשט האָבן ברייטע נעז.

ווי געזאָגט אָבער, אין די פֿילמען וואָס ווערן געמאַכט אין פּוילן, דאַרף אַ ייִד אָדער אַ ייִדישע פֿרוי האָבן נאָר אַ קרומע נאָז.

דער אויטאָביאָגראַפֿישער פֿילם „לויף, ייִנגל, לויף‟, דערציילט ווי דער אויטאָר, אורי אורלבֿ, איז על־פּי־נס ניצול געבליבן. דער פֿילם איז אַ באַאַרבעטונג פֿון אורלבֿס ראָמאַן מיטן זעלבן טיטל. אורלבֿ איז געבליבן בײַם לעבן אויך אַ דאַנק דעם, וואָס ער איז געווען אַ העלער טיפּ, מיט רויטע האָר און קלאָרע בלויע אויגן. אין דער פֿילם־ווערסיע איז דאָס קינד, וואָס שפּילט דעם קליינעם אורלבֿ, דווקא אַ טונקעלער טיפּ. פֿאַר וואָס? ווײַל דער רעזשיסאָר האָט געוואָלט, אַז דאָס קינד זאָל האָבן אַ כּלומרשט ייִדישן אויסזען אויפֿן עקראַן.

וואָס שייך דער שפּראַך, ייִדיש, איז נאָך ערגער. פֿאַרשטייט זיך, אַז די רעזשיסאָרן רעדן נישט קיין ייִדיש. קיינער גיט נישט קיין אַכט אויף דער שפּראַך און אויסשפּראַך. מסתּמא, וואָלט עס שוין געווען בעסער, ווען די ייִדישע העלדן וואָלטן גערעדט פּויליש אין די פּוילישע פֿילמען. האַמלעט, דער דענישער פּרינץ, רעדט דאָך ענגליש, נישט דעניש, און עס האָט נישט געשאַדט דעם דערפֿאָלג פֿון דער פּיעסע. די היגע רעזשיסאָרן ווילן אָבער שאַפֿן אַ כּלומרשט אויטענטישן אַטמאָספֿער. די ייִדן דאַרפֿן רעדן ייִדיש. די צרה איז, וואָס קיין ייִדיש איז דאָס נישט; דאָס איז אַ פּראָבלעם אַפֿילו אין די פֿילמען פֿון די וועלט־באַקאַנטע פּוילישע רעזשיסאָרן, ווי אַגניעשקאַ האָלאַנד. האָלאַנד האָט געמאַכט אַ פֿילם וועגן אַ פּאָליאַק וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן אין לעמבערג בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער האָט זיי באַהאַלטן אין דער קאַנאַליזאַציע.

נישט נאָר וואָס זיי רעדן ייִדיש מיט גרײַזן; זיי רעדן אַ מין כּלל-ייִדיש, וואָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיטן גאַליציאַנער ייִדיש, וואָס מען האָט גערעדט אין לעמבערג. וואָס פֿאַר אַ פּנים וואָלט געהאַט אַ פֿילם וועגן ניו-יאָרק, וווּ אַלע רעדן מיט אַן אינדישן אַקצענט?

איר וועט מיר זאָגן, אַז קיינער באַמערקט נישט די דאָזיקע ניואַנסן, ווײַל סײַ־ווי־סײַ פֿאַרשטייט דאָס רובֿ מענטשן נישט קיין ייִדיש. סע קען זײַן. דעמאָלט בלײַבט אָבער אַ קשיא אויף אַ מעשׂה: צו וואָס פֿאַרדרייען אונדז און זיך אַליין דעם קאָפּ מיט אַ קינסטלעכן, פֿאַרגרײַזטן ייִדיש?