דאָס ערשטע „משה־הויז‟ אין פּאַריז

Paris Gets its First Moishe House


פֿון ייִט״אַ

Published September 17, 2014, issue of October 10, 2014.

אינעם 11טן ראַיאָן פֿון פּאַריז וועט מען אין גיכן עפֿענען דאָס ערשטע „משה־הויז‟.

„משה הויז‟ איז אַ פּראָיעקט, וואָס סובסידירט וווינונגען פֿאַר יונגע ייִדן, וואָס ווילן שאַפֿן אַ געפֿיל פֿון קהילהשאַפֿט צוזאַמען מיט אַנדערע אָרטיקע ייִדן אין זייערע יאָרן.

הגם עס איז נאָך נישט פֿאָרגעקומען דער חנוכּת־הבית פֿונעם פּאַריזער „משה־הויז‟, האָבן די ערשטע דרײַ אײַנוווינער זיך שוין אַהין אַרײַנגעצויגן, האָט איינער פֿון זיי, אָרעלי אַטיאַ, געזאָגט דער ייִט״אַ. די צוגרייטונגען צו שאַפֿן אַ „משה־הויז‟ אין פּאַריז האָבן געדויערט בערך 15 חדשים, און זענען דורכגעפֿירט געוואָרן בעת אַ שווערער צײַט פֿאַר די אָרטיקע ייִדן. אין די ערשטע זיבן חדשים פֿון 2014 זענען פֿאָרגעקומען צוויי מאָל מער אַנטיסעמיטישע אַטאַקן, ווי אין 2013 — צום גרעסטן טייל, אַ פּנים, צוליב דער ישׂראלדיקער מלחמה מיט „כאַמאַס‟ אין עזה.

ס׳רובֿ פֿון די פֿראַנצייזישע ייִדן, וואָס האָבן הײַיאָר עולה געווען קיין ישׂראל, האָבן געזאָגט, אַז דער אַנטיסעמיטיזם איז געווען די הויפּט־סיבה פֿון זייער עמיגראַציע. אַטיאַ האָט אָבער געזאָגט, אַז דאָס האָט זי נישט אָפּגעמוטיקט צו ווערן אַן אײַנוווינער פֿונעם „משה־הויז‟.

„יאָ, די לעצטע עטלעכע וואָכן דאָ זענען טאַקע געווען שרעקלעך, אָבער מיר וועלן פֿאָרט ממשיך זײַן מיט אונדזער פּראָיעקט, ווײַל מיר קענען נישט פֿירן אונדזער לעבן אויפֿן סמך פֿון דעם וואָס מענטשן זאָגן וועגן אונדז, אָדער לויט דעם, וויפֿל זיי באַדראָען אונדז,‟ האָט אַטיאַ געזאָגט דער ייִט״אַ.

„מיר זענען פֿאָרזיכטיק,‟ האָט זי צוגעגעבן. „מיר פּובליקירן נישט דעם אַדרעס פֿון אונדזער וווינונג, און וועלן אַרײַנלאָזן בלויז פֿאַרבעטענע געסט, אָבער מיר האָבן נישט קיין מורא. מיר זענען זיכער, אַז מיר וועלן מיט הצלחה בויען אַ קהילה פֿון יונגע לײַט, און מיר קוקן שטאַרק אַרויס אויף דעם.‟

דאָס „משה־הויז‟ געפֿינט זיך לעבן דער אַזוי־גערופֿענער „סינאַגאָגע דע לאַ ראָקעט‟.

די אײַנוווינער האָבן שוין פּלאַנירט 5־6 פּראָגראַמען אין זייער דירה פֿאַר יעדן חודש, אַרײַנגערעכנט פֿײַערונגען פֿון ייִדישע יום־טובֿים, שבתדיקע מאָלצײַטן און אַנדערע געזעלשאַפֿטלעכע אַקטיוויטעטן. אין דער זעלבער וואָך ווי מע עפֿנט דאָס „משה־הויז‟ אין פּאַריז, עפֿענען זיך אויך „משה־הײַזער‟ אין פּראָג, טשעכײַ, און קייפּטאַון, דרום־אַפֿריקע. דער „משה־הויז‟־פּראָיעקט, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 2006, האָט שוין געשאַפֿן 69 הײַזער אין 17 לענדער.