ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published September 17, 2014, issue of October 10, 2014.

ייִדן אין דער וועלט שטיצן אוקראַיִנע

די שלאַכטן אין דאָנעצקער געגנט האָבן זיך אײַנגעשטילט, און דווקא איצט האָט דער ייִדישער עולם אָנגעהויבן צו רעדן וועגן דער מלחמה אין אוקראַיִנע. אין תּל־אָבֿיבֿ גרייט זיך אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דער מלחמה און קעגן רוסלאַנדס פּאָליטיק; אין בערלין איז אויפֿגעטראָטן דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קהילה אין אוקראַיִנע, יוסף זיסעלס, און דערציילט וועגן דער לאַגע פֿון די אוקראַיִנישע ייִדן בעת דער מלחמה; דער וועלט־באַרימטער פֿידלער גידאָן קרעמער האָט געווידמעט זײַן קאָנצערט אין דרעזדען דעם לאַנד אוקראַיִנע. אין רוסלאַנד גופֿא רעדט מען אויף דער ייִדישער גאַס ווייניק וועגן דער לאַגע אין דאָנבאַס. דאָס רובֿ נײַעס זענען קולטורעלע און רעליגיעזע.

דער טשערנאָבילער רבי אין מאָסקווע

די וואָך איז קיין מאָסקווע געקומען דער טשערנאָבילער רבי, רב צבֿי טווערסקי. טשערנאָבילער צדיקים האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף די אוקראַיִנישע ייִדן פֿונעם 18טן י”ה. נאָכן חורבן איז כּמעט ניט געבליבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין טשערנאָבילער חסידים. דאָס איז דער ערשטער וויזיט אין נײַעם רוסלאַנד פֿון אַ רבין פֿון דער דאָזיקער דינאַסטיע. באַקומען אַ ברכה פֿון אים, האָט מען געקענט אין דער גרויסער כאָר־שיל אין צענטער פֿון מאָסקווע, אויף דער געוועזענער אַרכיפּאָוו־גאַס.

חב״ד: אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָרום אין קרעמל

דער רוסלענדישער חב״ד איז ממשיך צו פֿאַרשטאַרקן זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט דער מלוכה. דעם 10טן סעפּטעמבער האָט זיך אין קרעמל געעפֿנט אַן אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָרום אונטערן נאָמען „די פֿיל־קינדערדיקע משפּחה און די צוקונפֿט פֿון דער מענטשהייט‟. די רייד איז געגאַנגען וועגן כּלערליי סאָציאַלע פּראָגראַמען לטובֿת די גרויסע משפּחות, וואָס זענען דאָ אין רוסלאַנד, און וועגן דער לאַגע פֿון אַזעלכע משפּחות. אַוודאי, איז איינע פֿון די טעמעס אויך געווען „גײַסטלעכע ווערטן פֿון די רוסישע פֿעלקער‟ און „גײַסטלעכע פֿאַרבינדונגען‟ — די רוסלענדישע מלוכה וואַגט נאָך צו רעדן אין נאָמען פֿון טראַדיציע, וואָס איר געשטאַלט — אַ ראַפֿינירטע און אַ קינסטלעכע — קאָנסטרויִרט זי אַליין. אין דעם פֿאָרום האָט אויך אָנטייל גענומען בערל לאַזאַר. אין די ראַמען פֿון דער אידעאָלאָגיע פֿונעם פֿאָרום, האָט ער קעגנגעשטעלט דעם מערבֿ, וואָס האָט „אויסגעקליבן אַ מאָדנעם לעבנס־שטייגער, וואָס שטערט צו האָבן קינדער‟, און רוסלאַנד, וואָס האָט מכּלומרשט אַ סך פֿיל־קינדערדיקע משפּחות, איז געבליבן געטרײַ דער טראַדיציע און די מלוכה שטיצט זיי.

„אשכּולות‟: סעמינאַר וועגן ייִדישע פֿילאָסאָפֿן

אַנאַ יאַמפּאָלסקאַיאַ און מיכאַיִל יאַמפּאָלסקי פֿירן אָן מיטן סעמינאַר
אַנאַ יאַמפּאָלסקאַיאַ און מיכאַיִל יאַמפּאָלסקי פֿירן אָן מיטן סעמינאַר

אין מאָסקווע האָט אָנגעהויבן זײַן פּראָגראַם דער פּראָיעקט „אשכּולות‟. זונטיק דעם 14טן סעפּטעמבער איז פֿאָרגעקומען די ערשטע אָפֿענע לעקציע פֿון דעם יאָר, געווידמעט דער ייִדישער געשיכטע־פֿילאָסאָפֿיע. מ׳האָט גערעדט וועגן דעם ווי די ייִדישע פֿילאָסאָפֿן בערגסאָן, לעווינאַס, בנימין, טוינבי און מאַרקס האָבן באַטראַכט די ייִדישע געשיכטע, איר טעאָלאָגישקייט, די ראָלע פֿון אַ נבֿיא אאַז״וו. געהאַלטן רעפֿעראַטן האָבן צוויי פֿילאָסאָפֿן מיט די זעלביקע פֿאַמיליע־נעמען: אַנאַ יאַמפּאָלסקאַיאַ און מיכאַיִל יאַמפּאָלסקי.

קאָנפֿערענץ, געווידמעט דעם שרײַבער וואַסילי גראָסמאַן

וואַסילי גראָסמאַן
וואַסילי גראָסמאַן

אינעם „הויז פֿון דעם רוסישן אויסלאַנד‟ אויף סאָלזשעניצינס נאָמען איז די וואָך פֿאָרגעקומען אַ גרויסע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער ירושה פֿונעם באַרימטן סאָוועטישן ייִדישן שרײַבער וואַסילי גראָסמאַן, וואָס האָט געשריבן אַ סך וועגן חורבן און סאָוועטישע ייִדן. דעם 50סטן יאָרצײַט מערקט מען אָפּ די טעג. די קאָנפֿערענץ ווערט אָרגאַניזירט פֿונעם „גראָסמאַן־צענטער‟ אין טאָרינאָ, איטאַליע, פֿון דער געזעלשאַפֿט „מעמאָריאַל‟ (מאָסקווע), פֿון עטלעכע פֿונדאַציעס — רוסישע און איטאַליענישע, בשותּפֿות מיטן רוסישן מלוכישן ליטעראַרישן מוזיי, און דער הויכער שול פֿון עקאָנאָמיע. רעפֿעראַטן האָבן געהאַלטן ס׳רובֿ פּראָפֿעסאָרן פֿון איטאַליע. די רוסלענדישע אָנטייל־נעמערס זענען געווען דרײַ: דער היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר אָלעג בודניצקי, פֿילאָלאָג; פּראָפֿעסאָר אָלעג קלינג און דער פֿאָרזיצער פֿון „מעמאָריאַל‟ אַרסעני ראָגינסקי.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.