קאָן ISIS אינספּירירן אַטאַקן אַויף ייִדן ?

Are ISIS-Inspired Attacks a Threat to Jews?

אַ פּאָליציי־אויטאָ לעבן דעם קאַמפּוס פֿונעם ייִדישן צענטער אין אָווערלענד־פּאַרק, קענזאַס, נאָכן טייטלעכן שיסערײַ־אַטאַק, אויסגעבראָכן דעם 13טן אַפּריל
Jamie Squire/Getty Images
אַ פּאָליציי־אויטאָ לעבן דעם קאַמפּוס פֿונעם ייִדישן צענטער אין אָווערלענד־פּאַרק, קענזאַס, נאָכן טייטלעכן שיסערײַ־אַטאַק, אויסגעבראָכן דעם 13טן אַפּריל

פֿון ראָן קאַמפּעאַס (ייִט״אַ)

Published September 18, 2014, issue of October 10, 2014.

הויכראַנגיקע זיכערהייט־קאָנסולטאַנטן פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג האָבן איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז די ייִדישע אינסטיטוציעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן אויסגעדריקט אַ נײַע זאָרג וועגן די אַמעריקאַנער, וועלכע זענען געוואָרן איסלאַמיסטן און זיך אָנגעשלאָסן אין דער עקסטרעמיסטישער גרופּע „די איסלאַמישע מלוכה‟ (ISIS). די אָרגאַניזאַציעס האָבן מורא, אַז אויב אַזעלכע מיליטאַנטן, צוגעגרייט אין איראַק און סיריע, וועלן זיך אומקערן קיין אַמעריקע, קאָנען זיי זיך פֿאַרנעמען מיט אייגענע טעראָריסטישע אַטאַקן. לעצטנס, האָבן אַ צאָל ייִדישע אינסטיטוציעס אינעם לאַנד געליטן פֿון אָנפֿאַלן מצד צופֿעליקע יחידים.

די „איסלאַמישע מלוכה‟ באַטאָנט כּסדר, אַז זי שטעלט דעם ציל צו שאַפֿן אַ „כאַליפֿאַט‟. דזשאָן כּהן, דער געוועזענער אונטערסעקרעטאַר פֿאַר אויסשפּיר־ און אַנאַליז־ענינים בײַם דעפּאַרטאַמענט פֿון היימלאַנד־זיכערהייט, האָט באַמערקט, אַז אַחוץ דעם דאָזיקן צוועק, האָט די דאָזיקע גרופּע אויך בפֿירוש באַטאָנט, אַז זי וויל אַטאַקירן אַמעריקע בכלל און די אַמעריקאַנער ייִדן בפֿרט. כּהן האַלט, אַז אַן אָרגאַניזאַציע מיט אַזעלכע צוועקן שאַפֿט אַ ממשותדיקע סכּנה פֿאַר די ייִדישע קהילות אינעם לאַנד.

ווי מע האָט זיך דערוווּסט, האָט מעכדי נעמוש, דער פֿאַרדעכטיקטער אינעם מאָרד פֿון פֿיר מענטשן אינעם ייִדישן מוזיי אין בריסל דעם 24סטן מײַ, געהאַט, מעגלעך, אַ שײַכות צו דער טעטיקייט פֿון ISIS אין סיריע. ס׳איז נישט קלאָר, צי נעמוש האָט באַקומען אינסטרוקציעס פֿון ISIS צו אַטאַקירן דעם צענטער, אָדער אַליין באַשלאָסן דאָס צו טאָן. אַזוי צי אַזוי, ווײַזט דער דאָזיקער בײַשפּיל, אַז די באַטייליקטע אין דער אָרגאַניזאַציע שטעלן מיט זיך טאַקע פֿאָר אַ סכּנה.

פּאָל גאָלדענבערג, דער דירעקטאָר פֿון דער „נעץ פֿון פֿאַרזיכערטע קהילות‟ — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט זיכערהייט־ענינים פֿון די אַלגעמיין אַמעריקאַנער און אָרטיקע ייִדישע גרופּעס — האָט באַמערקט, אַז דער בריסלער אָנפֿאַלער האָט אַטאַקירט נישט אַ ישׂראלדיקע אינסטיטוציע, אַן אַמבאַסאַדע צי דעם שטאַב פֿון „נאַטאָ‟, נאָר סתּם אַ ייִדישע אינסטיטוציע. אַזעלכע פּאַרשוינען קאָנען ברענגען אַ סך היזק, אויב זיי קומען צוריק קיין אַמעריקע.

טשאָק הייגל, דער אַמעריקאַנער שוץ־סעקרעטאַר, איז זיך משער, אַז מער ווי 100 אַמעריקאַנער האָבן זיך פֿריִער באַטייליקט אָדער באַטייליקן זיך איצט אין דער „איסלאַמישער מלוכה‟. כּהן און גאָלדבערגער האָבן געזאָגט, אַז אַ סך ייִדישע צענטערס אין אַמעריקע זענען גרייט זיך צו באַשיצן פֿון מעגלעכע אַטאַקן מצד אַזעלכע צופֿערליקע יחידים. די זיכערהייט־אָרגאַניזאַציעס לייגן פֿאָר זייער הילף צו פֿאַרזיכערן די אַנדערע ערטער.

אַ צאָל אַנדערע אַמעריקאַנער רעגירונג־באַאַמטע באַציִען זיך סקעפּטיש צו די דאָזיקע זאָרגן. דעניעל בענדזשאַמין, וועלכער האָט געדינט ווי אַ הויכראַנגיקער פֿאָרשטייער פֿונעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט אין דער ערשטער אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּרעזידענט אָבאַמאַ, האָט זיך בפֿירוש סאַרקאַטיש אָפּגערופֿן וועגן דעם אין זײַן שמועס מיט „ניו־יאָרק טײַמס‟ און באַמערקט, אַז מיט אַזעלכע גרונטלאָזע חדשים פֿאַרשפּרייטן די פּאָליטיקער און די טעלעוויזיע אַ פּאַניק צווישן די אַמעריקאַנער. כּהן איז מסכּים, אַז אויפֿן איצטיקן מאָמענט איז נישטאָ קיין ערנסטע סיבות זיך צו זאָרגן וועגן די מערבֿדיקע שטיצער פֿון דער מיטל־מיזרחדיקער עקסטרעמיסטישער גרופּע. ער גלייבט אָבער, אַז ס׳איז כּדאַי צו באַטראַכטן זיי ווי אַ מעגלעכע צוקונפֿטיקע סכּנה.