חלה־בעקערינס ווי הייוון

Challah and Bakers Rise Together

די אָנגעשטעלטע אין Hot Bread Kitchen לערנען זיך ענגליש און געשעפֿט־פֿירונג, ווי אַ טייל פֿון זייער אַרבעטסטאָג
Courtesy of Hot Bread Kitchen Staff
די אָנגעשטעלטע אין Hot Bread Kitchen לערנען זיך ענגליש און געשעפֿט־פֿירונג, ווי אַ טייל פֿון זייער אַרבעטסטאָג

פֿון מײַקל קאַמינער (Forward)

Published September 18, 2014, issue of October 10, 2014.

די וואָך פֿאַר ראש־השנה, אין אַ בעקערײַ אין מיזרח־האַרלעם, זעט מען ווי אַ גרופּע פֿרויען מישן, קנייטן און פֿאָרמירן טייג שטילערהייט אין אַ ציכטיקער קיך. פֿונעם טייג וועלן אַרויסקומען טויזנטער חלות, וואָס מע וועט פֿאַרקויפֿן צו Whole Foods און אַנדערע אָנגעזעענע סופּערמערק־קייטן.

צווישן די חלות, וואָס זיי פּראָדוצירן זענען די טראַדיציאָנעלע זיסע קוילעטשן מיט ראָזשינקעס; אַ טונקל ראַזעווע ווערסיע, און אַ יום־טובֿדיקע חלה מיט קימל און ענעס, גרויס און קײַלעכיק ווי אַ טורבאַן. די בעקערינס זענען אימיגראַנטקעס, אָנגעשטעלטע בײַ Hot Bread Kitchen, אַ בעקערײַ, וואָס נישט נאָר זי גיט די פֿרויען פּרנסה; זי טוט עפּעס אַנדערשס, וואָס מע זעט זעלטן ערגעץ אַנדערש־וווּ. אַ טייל פֿונעם רווח פֿון דער פֿירמע גייט צו פֿינאַנצירן קלאַסן פֿון ענגליש און געשעפֿט־פֿירונג פֿאַר די פֿרויען.

„אין ס׳רובֿ לענדער פֿון דער וועלט, באַקן ברויט די פֿרויען, אָבער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אייראָפּע, גיט מען די בעסטע באַק־פּאָזיציעס צו די מענער,‟ האָט דערקלערט דזשעסאַמין ראָדריגעז, די גרינדערין און געשעפֿט־פֿירערין פֿון Hot Bread Kitchen. „מיר ווילן בויען אַ לעטער פֿאַר די פֿרויען, כּדי זיי זאָלן אויך קענען זיך אַרויפֿאַרבעטן אין דער באַק־אינדוסטריע.‟

במשך פֿון דער וואָך פֿאַר די ימים־נוראים שטײַגט די חלה־פּראָדוקציע מיט 80%. „ס׳רובֿ פֿון די בעקערינס האָבן אַפֿילו קיין מאָל נישט געהערט פֿון חלה, איידער זיי זענען געקומען אַהער אַרבעטן, אָבער איצט איז עס איינע פֿון די פּאָפּולערסטע ברויטן, וואָס זיי באַשטעלן פֿאַר זיך אַליין,‟ האָט ראָדריגעז געזאָגט.

ראָדריגעז, אַ ייִדישע פֿרוי פֿון טאָראָנטאָ, זאָגט, אַז דער געדאַנק צו שאַפֿן אַזאַ בעקערײַ קומט פֿון אירע עלטערן — אידעאַליסטישע לערער, וועלכע זענען געווען אַקטיוו אין דער באַוועגונג פֿאַר ציווילע רעכט און קעגן דער וויעטנאַם־מלחמה אין די 1960ער יאָרן.

ווען די משפּחה האָט, צוליב פּרנסה, זיך געמוזט איבערקלײַבן אין אַ קליין שטעטל אין אָנטאַריאָ, וווּ עס האָבן געוווינט ווייניק ייִדן, פֿלעגט די מאַמע באַקן חלה יעדן פֿרײַטיק נאָכמיטאָג, כּדי אָנצוהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג מיט אירע ייִדישע וואָרצלען. אַ דאַנק איר מאַמעס ליבשאַפֿט צום באַקן, און דעם זיידנס (ער איז אַליין געווען אַ בעקער אין טאָראָנטאָ), האָט ראָדריגעז מיט דער צײַט באַשלאָסן צו מאַכן אַ קאַריערע אין דער באַק־אינדוסטריע. אין 2007 האָט זי געגרינדעט Hot Bread Kitchen, מיט אַ פּלאַן אָנצושטעלן אָרעמע בעקערינס און צו העלפֿן זיי צו פֿאַרבעסערן זייער עקאָנאָמישן מצבֿ. די אַרבעטער קומען אָן 4:00 פֿאַרטאָג, און במשך פֿונעם יאָר מאַכן זיי בערך 70 מינים ברויט.

לעבן דער קיך געפֿינט זיך אַ זיצונג־צימער, וואָס די באַלעבאַטים האָבן פֿאַרוואַנדלט אין אַ קלאַסצימער פֿאַר די אַרבעטער. די קלאַסן, וואָס דויערן אַ שעה אָדער אַנדערטהאַלב־שעה, ווערן אַרײַנגערעכנט ווי אַ טייל פֿונעם אַרבעטסטאָג. אַ צאָל סטודענטקעס זיצן אין די קלאַסן, טראָגנדיק זייערע מעל־באַשטויבטע אוניפֿאָרמען, איידער זיי קערן זיך אום אין קיך צו באַקן ווײַטער.

די בעקערײַ האָט שוין פֿאַרדינט אַ גוטן שם פֿאַר זייערע אָריגינעלע און געשמאַקע מינים ברויט, אָבער דערווײַל האָבן זיי נישט קיין פּלענער צו באַקן אַנדערע זאַכן. „מע פֿרעגט אונדז כּסדר, פֿאַר וואָס באַקן מיר נישט קיין טאָרטן אָדער קיכעלעך,‟ האָט ראָדריגעז געזאָגט. „זיי פֿאַרשטייען אָבער נישט, אַז מיר האָבן מצליח געווען, דווקא ווײַל מיר האָבן זיך קאָנצענטרירט בלויז אויף ברויט. ברויט איז דאָך אַזאַ וויכטיקער טייל פֿונעם לעבן.‟