פֿונוואַנען קומט אַ שופֿר?

Where Do Shofars Come From?

אַ קופּע שופֿרות אין עלי ריבאַקס געשעפֿט
Moti Milrod/Haaretz
אַ קופּע שופֿרות אין עלי ריבאַקס געשעפֿט

פֿון דזשודי מאַלץ (Forward)

Published September 19, 2014, issue of October 10, 2014.

אַ טייל געשעפֿטן זענען פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסן סעזאָן. דער פֿאַרקויף פֿון די שופֿרות פֿאַר ראָש־השנה איז אַ בולטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ געשעפֿט.

עלי ריבאַקס משפּחה האַנדלט מיט שופֿרות שוין במשך פֿון דרײַ דורות. ריבאַק האָט דערציילט, אַז עלף חדשים אַ יאָר האָט ער זייער ווייניק קונים. ווען עס הייבט זיך אָן דער חודש אלול, אָבער, קומען אָן די „משוגענע טעג‟. הגם זײַן פֿאַבריק אינעם דרומדיקן טייל פֿון תּל־אָבֿיבֿ זעט אויס קליין, איז ריבאַקס געשעפֿט איינער פֿון די גרעסטע קוואַלן פֿון די דאָזיקע טראַדיציאָנעלע אינסטרומענטן אין דער וועלט.

אַ סך מענטשן קומען אַרײַן אין ריבאַקס קראָם, כּדי סתּם אַ קוק צו טאָן און צו בלאָזן אַ שופֿר. די וויכטיקסטע קונים זענען אָבער די פּראָפֿעסיאָנעלע בעל־תּוקעס, וועלכע ווילן קריגן אַ גוטע סחורה פֿאַר זייער שיל. ריבאַק האָט דערקלערט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט אומצאָליקע אַנדערע קרעמלעך, קאָנען זײַנע קונים באַשטעלן אַ ספּעציעלן שופֿר, וואָס טויג פֿאַר זיי צום בעסטן. למשל, אויב עמעצער וויל צופּאַסן עס צו דער מאָס פֿון זײַן מויל, קאָן ער אויספֿירן אַזאַ בקשה.

אין ריבאַקס קרעמל קאָן מען געפֿינען כּלערליי שופֿרות, גרויסע און קליינע, אין פֿאַרשיידענע אייגנאַרטיקע פֿאָרעמס. אַ טייל פֿון זיי מאַכט ער פֿון גרויסע באַראַן־הערנער, וואָס קומען פֿון מאַראָקאָ, אַלזשיר און טוניס; אַ טייל אַנדערע זענען געמאַכט פֿון דרום־אַפֿריקאַנער אַנטילאָפּע־הערנער. ס׳רובֿ מענטשן, אַשכּנזים און ספֿרדים, קויפֿן אָבער אַ גאַנץ פּשוטן שופֿר פֿון אַ שעפּס.

די תּימנער ייִדן בלאָזן, לויט זייער מינהג, אין אַ לאַנגן אויסגעבויגענעם אַנטילאָפּע־האָרן, וועלכער פֿאָדערט ווייניק ספּיציעלע צוגרייטונגען. להיפּוך, האָט ריבאַק דערקלערט, אַז די מאַראָקאַנער שופֿרות זענען אויסגעפֿלאַכטע.

ריבאַקס משפּחה, וואָס שטאַמט פֿון פּוילן, האָט געעפֿנט דאָס געשעפֿט אינעם יאָר 1927, בשותּפֿות מיט דער מאַראָקאַנער משפּחה בר־ששת. די אָבֿות פֿונעם אַשכּנזיש־ספֿרדישן „דועט‟ האָבן זיך פֿאַרנומען מיט שופֿרות־הענדלערײַ במשך פֿון 15 דורות. אַחוץ ריבאַקס פֿאַבריק און קראָם אין תּל־אָבֿיבֿ, האַלטן די אייניקלעך פֿון בר־ששת אַ קלענער געשעפֿט אין חיפֿה.

בסך־הכּל, אַרבעטן אויף דער קליינער תּל־אָבֿיבֿער פֿאַבריק פֿיר מענטשן. דער זעלבער צימער דינט סײַ ווי אַ סקלאַד, ווי עס ליגן טויזנטער הערנער פֿון חיות, סײַ ווי די וואַרשטאַט. די לופֿט ווערט נישט ווענטילירט, און עס שפּירט זיך אַ שטאַרקער גערוך. איינער פֿון די אַרבעטער, אַ יונגערמאַן פֿון קאָנגאָ, האָט דערציילט, אַז ער פֿאַרנעמט זיך שוין מער ווי 10 יאָר מיט די שופֿרות און גיט צו, ווי אַ שפּאַס, אַז ער איז איינער פֿון די גרעסטע מומחים אינעם דאָזיקן געביט. אויב ער וויל, האָט ער באַמערקט מיט שטאָלץ, קאָן ער אַפֿילו בלאָזן אין צוויי שופֿרות מיטאַמאָל.

די ביליקסטע סחורה איז ריבאַקס קראָם קאָסט עטלעכע צענדליק שקל. אַ טייל שופֿרות, באַצירטע און אויסגעשליפֿענע, קאָסטן גאַנצע טויזנטער. 20־30 פּראָצענט פֿון דער פּראָדוקציע ווערט פֿאַרקויפֿט אין אויסלאַנד.

לעצטנס, האָט באַמערקט דער שופֿר־מאַכער, געפֿינען זיך זײַנע גרעסטע קאָנקורענטן, גאַנץ חידושדיק, אין כינע. אין אַ סך קראָמען ווערן פֿאַרקויפֿן כינעזישע שופֿרות, הגם זיי זענען לאַוו־דווקא כּשר על־פּי־הלכה. ריבאַק האָט צוגעגעבן, אַז די כינעזער קויפֿן זײַן סחורה אויך; ווען די כינעזישע קריסטן קומען אויף אַ פּילגרימאַזש, כאַפֿן זיי זיך כּסדר אַרײַן אין זײַן געשעפֿט, כּדי צו ברענגען אַהיים אַן עכטן ייִדישן סוּוועניר.

אַ תּקיעת־שופֿר לויט דער ספֿרדישער שיטה פֿון הרבֿ שלמה זביחי