דער עלטסטער סידור ווערט אויסגעשטעלט אין ירושלים

Oldest Siddur Displayed in Jerusalem

Getty Images

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 21, 2014, issue of October 10, 2014.

דעם 18טן סעפּטעמבער איז אינעם ירושלימער „מוזיי פֿון תּנ״כישע לענדער‟ פֿאָרגעקומען די צערעמאָניע, בעת וועלכער מע האָט אַנטפּלעקט אַן אוניקאַלן עקספּאָנאַט — דעם עלטסטן אָפּגעהיטן סידור. דער 1,200־יאָריקער אוראַלטער ספֿר וועט בלײַבן אויסגעשטעלט פֿאַרן ברייטן עולם במשך פֿון אַ חודש.

מיט אַ יאָר צוריק, האָט סטיוו גרין, דער פֿאָרזיצער פֿונעם מוזיי, האָט געקויפֿט דעם דאָזיקן סידור פֿאַר זײַן פּריוואַטער זאַמלונג. דער אַלטער ספֿר, אַרײַנגערעכנט די אײַנבינדונג, איז גאַנץ גוט אָפּגעהיט געוואָרן. לויט אַלע סימנים, שטאַמט ער פֿונעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן. אַחוץ די טאָג־טעגלעכע תּפֿילות, אַנטהאַלטן ער פֿאַרשיידענע פּיוטים און די פּסחדיקע הגדה.

דער מוזיי איז געווידמעט דער קולטור פֿון די פֿעלקער, וואָס ווערן דערמאָנט אין תּנ״ך: די מיצרים, כּנענים, פּלישתּים, אַראַמעער, פּערסן און אַנדערע. אַ טייל פֿון די 21 סעקציעס זענען אויך פֿאַרבונדן מיט דער תּלמודישער תּקופֿה.

דער סידור איז אויסגעשטעלט געוואָרן אינעם אָפּטייל, וואָס הייסט „ספֿר־הספֿרים‟, וווּ עס געפֿינען זיך אַזעלכע וויכטיקע עקספּאָנאַטן, ווי פֿראַגמענטן פֿון דער סעפּטואַגינטע (די קלאַסישע גריכישע איבערזעצונג פֿון תּנ״ך), אוראַלטע קאָפּיעס פֿון דער קריסטלעכער „ברית חדשה‟, מיטל־עלטערלעכע אילוסטרירטע כּתבֿ־ידן, זעלטענע טעקסטן פֿון דער קאַיִרער גניזה און די אָריגינעלע זײַטן פֿון דער ערשטער געדרוקטער ביבל פֿון יאָהאַנעס גוטענבערג, מיט וועלכער עס האָט זיך אָנגעהויבן די דרוקערײַ־רעוואָלוציע אין אייראָפּע. אינעם זעלבן זאַל געפֿינט זיך איצט אויך די עלטסטע אָפּגעהיטע ספֿר־תּורה פֿונעם 12־13טן יאָרהונדערט, וועלכע מע האָט מיט עטעלכע חדשים צוריק אַנטדעקט אין איטאַליע.

לויטן זויערשטאָף־אַנאַליז, איז דער סידור געשאַפֿן געוואָרן בערך אינעם יאָר 820־840. מיט אַ הונדערט יאָר שפּעטער, האָט סעדיה גאָון, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין עגיפּטן און ניפֿטר געוואָרן אין באַגדאַד, צונויפֿגעשטעלט דעם ערשטן אָפּגעהיטן פֿולן סידור און מחזור. אַ כּמעט גאַנצער כּתבֿ־יד פֿונעם דאָזיקן ספֿר געפֿינט זיך אין אָקספֿאָרד. הגם דער נישט לאַנג צוריק אָפּגעפֿונענער סידור אויף 50 זײַטן פֿאָקוסירט זיך בלויז אויף די שבתדיקע תּפֿילות, געהערט ער צו אַן עלטערן פּעריאָד.

די ריזיקע פּערזענלעכע זאַמלונג פֿון גרין, אַן אַמעריקאַנער עוואַנגעלישער קריסט, וואָס באַשטייט פֿון 40,000 עקספּאָנאַנטן, וועט געבראַכט ווערן אויף שטענדיק פֿון אָקלאַהאָמאַ־סיטי קיין וואַשינגטאָן, ווען דאָרטן וועט זיך עפֿענען דער פּלאַנירטער „ביבלישער מוזיי‟.

נישט אַלע עקספּערטן גלייבן אָבער, אַז דער סידור איז טאַקע אַן אויטענטיש ווערק פֿון אַזאַ בכּבֿודיקן עלטער. מתּתיהו מאָרגענשטערן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, האָט באַמערקט, אַז הגם די זײַטן זעען אויס אויטענטיש, וואָלט מען געקאָנט זיי אײַנבינדן מיט הונדערטער יאָר שפּעטער. אַ טייל אַנדערע מומחים גיבן צו, אַז ס׳איז צו פֿרי צו רעקלאַמירן דעם אַלטן ספֿר ווי אַ וועלט־סענסאַציע; כּדי צו באַשטעטיקן, ווי געהעריק, זײַן אמתן עלטער, פֿאָדערט זיך אַ מער פּרטימדיקער אַנאַליז.