תּשליך אין ניו־יאָרק

Tashlikh in New York

Getty Images

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 24, 2014, issue of October 10, 2014.

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך באַוויזן אויף דער וועלט ווי אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, וואָס האָט געמיינט אויך, אַז ס׳איז געווען אַ פֿרײַדענקערישער (הײַנט וואָלט מען געזאָגט „פֿרײַער‟) פֿאָרום. צווישן אירע מיטאַרבעטער זײַנען געווען מיליטאַנטישע אַפּיקורסים, גרייט אויסצולאַכן און פֿאַרשילטן אַלע ייִדישע מינהגים; אָבער דער רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן, האָט זיך תּמיד באַמיט צו ווײַזן, אַז זײַן פּאָזיציע איז אַן אַנדערע, דהײַנו: פֿון אַ ניט-גלויביקן, מאַרקסיסטישן אינטעלעקטואַל, אָבער מיט אַ דרך-ארץ צו רעליגיעזע געפֿילן. ס‘איז שווער צו זאָגן אויך וויפֿל די דאָזיקע פּאָזיציע האָט אויפֿריכטיק אָפּגעשפּיגלט זײַן מיינונג און אויף וויפֿל זײַן באַציִונג איז געווען אַ פּראַגמאַטישע, ווײַל ער האָט זיכער ניט געוואָלט אָפּשטויסן דעם פֿרומען און פֿרומעוואַטן לייענער.

קאַהאַן איז געווען ניט דער איינציקער מענטש אין זײַן פֿרײַדענקערישער סבֿיבֿה, וואָס האָט ניט געוואָלט מאַכן מיט דער בלאָטע גלײַך דעם „אָפּשטאַרבנדיקן‟ (אַזוי האָט זיך זיי דעמאָלט געדאַכט) פֿרומען עולם. וועגן די רעליגיעזע פֿראַגן האָט אין דער צײַטונג, ווי אויך אין באַזונדערע ביכער, געשריבן, אַ שטייגער, איסר גינזבורג (1872–1947). דער זייער אינטערעסאַנטער מענטש (און, ווי כ‘האָב ערגעץ געלייענט, אַ ווײַבערניק איינער אין דער וועלט) האָט געהאַט געלערנט אין דער ווילקאָמירער ישיבֿה און דעם קאָרנעל-אוניווערסיטעט. זינט יאָר 1900 האָט ער געאַרבעט ווי אַ דאָקטער. אין מײַ 1915 איז אין „פֿאָרווערטס‟ אַרויס זײַן אַרטיקל „רעליגיע און ייִדישקייט‟, אין וועלכן ער האָט געשריבן: „רעליגיע איז זייער אַן איידעלער ענין, אַ פּראָדוקט פֿון דער מענטשלעכער נשמה און אירע שטימונגען, אַ פֿאַרקערפּערטער שטיק פּאָעזיע.‟

דער „שטיק פּאָעזיע‟, וואָס איז „פֿאַרקערפּערט‟ געוואָרן אין די נשמות פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע ראַדיקאַלן, האָט זיי אויך געשטערט אויפֿצונעמען ערנסט די רעפֿאָרמיסטישע ייִדישקייט פֿון די דײַטשישע ייִדן, מיט וועלכער זיי האָבן זיך צונויפֿגעשטויסן אין אַמעריקע. לויט דעם זעלבן איסר גינזבורג, האָבן די דײַטשישע ייִדן רעפֿאָרמירט די רעליגיע „על-פּי חכמת־הבוכהאַלטעריע, ווי עס לוינט זיך בעסער פֿאַרן געשעפֿט, מיט אַ הוצאה והכנסה‟. מיט אַ שטיקל חוזק האָט ער געשריבן, אַז אין די רעפֿאָרמיסטישע קרײַזן „וואַרפֿט מען אַרויס פֿון די תּפֿילות אַלץ, וואָס דערמאָנט אָן דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט, וואַרפֿט מען אַרויס ציון און ירושלים. און אַזוי גייט עס כּסדר: נאָר געשעפֿטסמעסיק.‟

ס׳איז קלאָר, אַז אַזעלכע מענטשן ווי גינזבורג האָט ניט געקענט פֿאַרטראָגן די „צבֿועקישע‟ (ווי זיי האָבן געהאַלטן) פֿרומקייט. אָבער די אויפֿריכטיקע רעליגיעזקייט איז געווען פֿאַר זיי עפּעס אַנדערשס, אַזעלכע געפֿילן האָבן זיי ניט געוואָלט פֿאַרטשעפּען.