„זײַ!‟: פֿון נטורי־קרתּא ביז מאָדערנער קונסט

“Be!” From Neturei Karta to Modern Art

די קונסט־ווערק „איידעלע מיידעלע‟
Camilla Cerea
די קונסט־ווערק „איידעלע מיידעלע‟

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published September 26, 2014, issue of October 10, 2014.
שׂרה עהרנטאַל
Mo Gelber
שׂרה עהרנטאַל

לעצטנס, האָט זיך געשלאָסן אַן אייגנאַרטיקע קונסט־אויסשטעלונג בײַ דער Soapbox Gallery אין פּראָספּעקט הײַטס, ברוקלין. די אויסגעשטעלטע קונסט־ווערק האָט געשאַפֿן די קינסטלערין שׂרה עהרנטאַל, אַ געוועזענע נטורי־קרתּאניצע, וואָס האָט פֿאַרלאָזט די קליינע אַנטי־ציוניסטישע סעקטע, כּדי אויסצומײַדן אַן אַראַנזשירטן שידוך. די פֿאַרשידענע אָביעקטן, בילדער, סטאַטועס און רעקאָרדירטע ווערק, צוזאַמגעשטעלט ווי איין אויסשטעלונג מיטן נאָמען „(הוי) !BE‟ (אויף ייִדיש: „זײַ!‟) דורך דער קוראַטאָרין מאַרינע קאָרנועט, האָבן געשילדערט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון עהרנטאַלס לעבנס־געשיכטע.

שׂרה עהרנטאַל איז געבוירן געוואָרן אין ישׂראל אין 1981 און האָט פֿאַרבראַכט אירע ייִנגערע יאָרן אין מאה־שערים. צו 4 יאָר האָט איר משפּחה זיך באַזעצט אין באָראָ פּאַרק, ברוקלין, וווּ זי איז דערצויגן געוואָרן אין דער קליינער אָרטיקער נטורי־קרתּא קהילה. צו זיבעצן יאָר האָט זי זיך צוריקגעצויגן מיט דער משפּחה קיין ישׂראל. כאָטש זי האָט זיך שטענדיק געפֿילט ניט־באַקוועם אין איר פֿרומער חסידישער סבֿיבֿה, האָט זי אין ישׂראל געפֿילט נאָך מער איזאָלירט, ווײַל זי האָט ניט געקענט קיין העברעיִש און ניט געהאַט קיין פּאַסיקע סבֿיבֿה. צו דער צײַט האָבן אירע עלטערן פּרובירט זי צווינגען חתונה צו האָבן, טראַכטנדיק דערבײַ, אַז דאָס חתונה־לעבן וואָלט געלייזט אירע פּראָבלעמען אָדער זי כאָטש באַשעפֿטיקט. שׂרה האָט, אָבער, בשום־אופֿן ניט געוואָלט חתונה האָבן. זי איז אַנטלאָפֿן פֿון דער משפּחה און האָט אָנגעהויבן דינען אין צה׳׳ל. נאָכן דינען 21 חדשים אין מיליטער האָט זי זיך באַזעצט אין אילת און איז דערנאָך צוריקגעפֿאָרן אין ניו־יאָרק. אין 2010 האָט זי זיך געלאָזט אין וועג, פֿאָרנדיק אַליין איבער אינדיע, טײַלאַנד און לאַאָס.

„דאָרטן, אין אינדיע, האָב איך באמת אָנגעהויבן פֿאַרנעמען זיך מיט קונסט‟ - האָט עהרנטאַל דערקלערט, בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „איך האָב שטענדיק געוואָלט שאַפֿן קונסט, אָבער ניט געקענט זיך פֿאַרגינען אויסצוגעבן געלט אויף קונסט־מאַטעריאַלן. אין אינדיע האָב איך געהאַט אַ סך פֿרײַע צײַט, און איך האָב אָנגעהויבן מאַכן צייכענונגען.‟ סוף־כּל־סוף, האָט עהרנטאַל דערקלערט, האָט זי זיך גענייטיקט אין געלט און אָנגעהויבן שאַפֿן קליידער מיט אירע

אייגענע עמבלעמען, באַזירט אויף אירע צייכענונגען, וואָס זי האָט פֿאַרקויפֿט צו אַנדערע רײַזנדיקע. זי האָט זיך אומגעקערט קיין ניו־יאָרק אין 2012, מיטן ציל צו ווערן אַ קינסטלערין.

צוויי יאָר שפּעטער, אויף איר גרעסטער אויסשטעלונג ביז אַהער, זעט מען בײַ דער אַרײַנגאַנג־טיר ווי עס שטייט אַ קליין בעטעלע, און לעבן אים - אַ קלייניקער קאַמאָד. די בעט איז ריין, די לײַלעכער ציכטיק געפֿאַלדעוועט אונטער אַ פּשוטער קאָלדרע. אינעם שופֿלאָד פֿונעם קאַמאָד האָט שׂרה אַרײַגעלייגט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון איר משפּחה, וואָס מע האָט געמאַכט בעת אירע קינדער־יאָרן. דער טייל פֿון דער אויסשטעלונג הייסט „אַ גוטע נאַכט, הינדי‟, דער טיטל, אָנגעשריבן אויף ייִדיש און אין טראַנסליטעראַציע, ווערט ניט איבערגעזעצט אויף ענגליש.

„ווי אַ קינד האָט מען מיך גערופֿן ׳הינדי׳‟, האָט שׂרה דערקלערט. „נאָכן פֿאַרלאָזן די קהילה האָב איך געהאַט זייער נעגאַטיווע געפֿילן וועגן ייִדיש און וועגן מײַן נאָמען, און איך האָב זיך געוואָלט באַפֿרײַען פֿון דעם. האָב איך געוואָלט זיך געבן אַ נײַעם נאָמען. ווי עס טרעפֿט זיך, איז מײַן לעגאַלער נאָמען באמת געווען שׂרה. דערפֿאַר האָב איך אָנגעהויבן זיך פֿאָרשטעלן ווי שׂרה.‟

נאָכן סימבאָלישן שלאָף־צימער קאָן מען באַמערקן אַ דערבײַיִקן ווינקל, וווּ עס שטייט אַ טיש, באַדעקט מיט אַ פּשוטן טישטעך. אויפֿן טיש שטייט אַ לײַכטער מיט ליכט, צוגעגרייט צו בענטשן זיי אויף שבת און אַ סידור צום דאַוונען. אַ פּאָר פֿוס איבערן טיש הענגט אַ ברעט האָלץ פֿאַרוואַנדלט אין אַן איינזאַמער פּאָליצע, אויף וועלכער עס שטייט אַ בעכער צום קידוש און אַ פּאָר ספֿרים, וואָס באַהאַנדלען פֿרויען־ענינים.